Recent changes Random page
GAMING
Books
 
Inheritance Wiki
Warriors Wiki
Dragaera Wiki
Redwall Wiki
A Wheel of Time
Dune Wiki
See more...

נאטורליך'ס טאגבוך

פֿון קיינציקלאָפעדיע

שפרינג צו: נאוויגאציע, זוכן
 

שוין זעקס יאר חתונה געהאט צום גיטען, דריי קליינע שעפעלעך, גאנץ א כמעשה דירה'לע דא אין וויליאמסבורג, קוים אדורך דעם פסח בשעטו"צ, איך זיץ אין דער ארבייט איבער א געהויפען פאפירען און די רבנית הצדיקת איז ווידער אויפען טעלעפון איך זאל היינט אהיים קומען ווי פריער זי וויל עפעס אדורך-שמועסען. עס ווערט מיר טונקעל אין די אויגען, נישט מער און נישט ווייניגער איך האב איר צוגעזאגט אוועק צוטראגען די פסח געשיר א טאג נאך פסח זיכער ווארט מיר אפ א שבע ברכות אינדערהיים, איך קום אהיים אביסעל פריער גרייט צו מקבל פסק זיין, אבערוואז די טעמע זעהט אויס צו זיין גאר געשפאנט, עפעס איז זי אנגעצויגען, זי מאכט נישט קיין לאנגע הקדמות נאר זאגט מיר ברחל בתך דאס יאר זאל איך נישט קרימען מיט די נאז ווייל היי יאר גייט מען אין קאנטרי און טאקע אויף א גאנץ זימער, די זעהסט דאך מיר פעהלט דאס אין אמת'ן אריין נישט אזוי אויס אבער די קינדער, ווי קען מען זיי לאזען דא אין די היצען אליין אין די שטאט? וויפיל איך האב פרובירט צו טעהנ'ן און איינבעטען, כ'האב שווער צו צאהלען דעם רענט צייטליך, ס'איז מיר נישט אנגענעם צו פארען און קומען, ס'איז מיר נישט באטעמ'ט צו זיין אפוועזענד פון דער פאמיליע 5 טאג א וואך, איך האב נישט ליעב צו דרייווען, פשוט איך האב נישט דערפון קיין פארגענוגען, עס העלפט נישט קיין געוויין און געבעט. דער טעלעפון צוקלינגט זיך און מיינע אויערען כאפען נאר אויף "נו גיט סיז געבליבען מיר וועלען נעמען דריי באנגעלויס די אין איך און גיטל... און שוין....מיט יאנקעל איז אלעס ארלעדיגט.

זייט יענעם טאג דארף איך מער נישט אוועק פאקען די פסח'יגע געשיר, מען רעדט שוין אויך נישט אין שטיב פון גיין מאכען בילדער מיט די קינדער אלעס דרייט זיך ארום די קאנטרי,הימעל און ערד און די קאנטרי. גענוי ווי אלץ קינד אין דע צייט זענען מיר געווען פארנומען וואכען און חדשים איינצוטייילען בעטען מען האט זיך געקריגט און געגאנגען צום רבי'ן ער זאל מאכען שלום, ווער שלאפט ביים ווינדוי ווער שלאפט לעבען טיהר, מען האט זיך געקאלט ביינאכט איינער דעם צווייטען טרי וועי די האלבע חדר, אזא אטמאספער הערשט יעצט ביי אונז אין שטוב, סוי איך וועל זיין באנגעלוי 9 און די קענסט נעמען 10, נייו נישט גיט באנגעלוי 10 האט נישט א בוים. אזוי זענען אנגעאנגען די שמועסען א יעדע נאכט דעם טשעק פון צוויי מיט א האלב טויזענט דאללאר דעפאזיט האט שוין דער קאנטרי אייגענטומער לאנג געקעשט און מיר האבען נאך אפילו נישט געזעהן די באנגעלוי איך ווייס ניטאמאל אויף וועלכען עקזיט אויפען 17 אזויפיל ווייס איך אז די קומענדיגע וואך זינטאג גיי איך נישט אריין אין ארבייט ווייל עס גייט זיין א באשוי צווישען אונז מיט די באנגעלוי/'יס דערנאך וועלען מיר זעהן צו מיר האבען געמאכט א גיטען אויסוואל מיט'ן נעמען באנגעלוי 18 וואס איז טאקע קליין אבער עס איז ממש לעבען מיסיס יענטא בויבעריק וואס איז א גיטע אינעטרטעינערע'ן מיט איר קען מען לאכען ביזען האלבען נאכט אריין, אויך איז עס אראונד דעי קארנער פון די גראסערי.

מיר פארען ארויס זונטאג דריי וואכען נאך פסח צו באקיקען דעם קאנטרי, איך האב עפעס געפילט א שטייגער ווי מיין שוואגער דער משגיח וואס פארט קיין טשיקאגוי אין די פרעצעל פעקטארי. אויף מיר און די רבנית האבען א האלב מנין פרויען ארויף געלייגט די שווערע אויפגאבען צו זיין א מבין אויף די באנגעלוי, און נישט סתם א מבין נאר איעדע'ס פארפאלק וואס וויל קומען אין דער קאנטרי האט געקאלט און געגעבען א גאנצער טוץ מיט פארלאנגען וואס מען זאל באקוקען ביי זיי באנגעלוי. איין בת של קדושים האט געשיקט צו מיר אהיים סם פאר מייז, מיר זאלען עס אויסלייגען אין איר צוקונטפדיגע באנגעלוי אז טאמער עס וועט זיך מערצעשעם אויסארבייטען די באנגעלוי וויל זי וויסען אז עס איז ריין פון מייז. אזא אחריות. א צווייטע האט נאר געוואלט וויסען אויב עס איז דא א טעלעפון דזשעק אין נומער 13. א דריטע האט געקאלט מוצאי שבת אים 1:00 אזייגער, האלוי מיסטער... אנטשולדיגט פאר'ן באדערען אזוי שפעט, איך האף איך האב קיינעם נישט אויפגעוועקט. טוען זע מיר א גרויסע טובה און שמעקט באנגעלוי 11 איך בין זייער עמפינדלעך צו א שלעכטע גערוך וואס טייל באנגעלויס האבען, נו גיט איר עט נישט פארגעסען. איך האב זיך דערמאנט די ווערטער וואב מען האט געשריגען פאר א חודש פריער צו פעטער מנחם מאניש אין קבר פארגעס דער נישט דיין נאמען.

א גאנצען וועג דעבאטירט מען אויפען טעלעפון אז אויב ח"ו עס וועט זיך ארויס שטעלען אז נומער 18 איז גאר א קליינע באנגעלוי דעמאלס מיז מען יא צוריק טוישען צו נומער 9 העכסטענ'ס וועלען מיר זיין דערנעבען די יאנטשי מרס פישערהויפער.

אהיים קומענדיג פון דעם ערשטען באזיך זענען מיר געווען מער צומישט ווי קומענדיג. איך האב געוואלט מאכען א סטאפ ביים דיין אפשר וועט ער קענען ארויס העלפען אינעם ענין וואס זאל איך טוען עס איז שוין געווען האלב נאך 12 אזייגער אויף דערנאכט. אזויפיל האב איך געוויסט אז ערגעץ צווישען די גרויסע אומגעשניטענע גראז דריי מיט א האלב מייל אריין פונעם 17 האב איך אנגעזייעט 2,500 טויזענט דוללאר אויפען חשבון אז די קינדער גייען דארט האבען אזא לעבען אז א גאנץ יאר וועט מען זיין אויגערוהט דערפון.

ביז א טאג צוויי האב איך געהערט די גיטע בשורה אז אלעס איז ב"ה אויסגעגליכען, מיר האבען ב"ה באקומען די בעסטע באנגעלוי דערפאר וואס מיר זענען ארויס געגאנגען ווי די מרגלים צו זעהן וויפיל ביימער עס זענענן פארהאן ביי איעדער באנגעלוי און ווי ווייט איז אפגעריקט איינע פון די אנדערע אא"ו.

דיע וועס האט געשיקט סם פאר די מייז האט שוין 4 מאל געקאלט און נאר געוואלט וויסען אויב מיר האבען געגאסען אויך אונטער די פריזשדער.

געמיינט האב איך אז איך קען פריי אפאטעמען כאטש ביז נאך שבועות, א בוידעם. קוים וואס איך בין אהיים געקומען עש"ק האט זיך עס אנגעהויבען, הרבנית תליט"א געט מיר א ליסט פון דאהי ביז קאנארסי וואס מען דארף אלץ האבען (איינקויפען) פאר די קאנטרי, וואס א שורה אראפצוה ווער איך מער בלייך, איך וועל אייך נאר פארלייענען שורה נומער 12 איז נייע פידזאמעס פאר אלע קינדער, וואס איז שלעכט מיט די איצטיגע? עםם עס איז נישט ארויסצוגיין דערמיט, אבער ווער זעהט דאס דען? עעעם די קינדער גייען דאך ארויס אויפען פארטש א שכן קען נאך זעהן, נו וואס פארשטייט א מאן צו די זאכען? שורה נומער 23 איז א 4 ראלל'ס קאנטעק פעפער, א שערל מיט טאם טעקס, 55 איז א נייע קעמארע אין אזוי ווייטער מען האט געקויפט שמעקערס פאר די באנגעלוי, פליגען כאפערס, אייז שטעקעלעך, 2 נייע בייקס, כל ערליי שווים זאכען. שרייבענדיג די שורות קויפט מען נאך אלץ.

וואס א וואך נענטער צו דעם יום הגדול וואס רופט זיך "מע פארט שוין" איז געווארען מער אנגעצויגען דער מצב אין שטוב, מען האט אנגעהויבען קויפען סאפערס זייער אפט, די קרעדיט קארד סטעיטמענט'ס האבען געהאט אלע נעמען פון די באקאנטע היימישע סטאר'ס אויף ליע עוועניא, איעדער נאכט האט מען זיך געדינגען וויפיל גויטע'ס זאלען גיין קלינען די באנגעלוי, א טייל גיטע פריינט האבען געזאגט אז לכה"פ צוויי גויטע'ס אזוי וועט מען קענען אין אין טאג אויפרוימען די גרויסע באנגעלוי און אנגקומען צו א פרישע שמעקעדיגע באנגעלוי. לאנג זאל לעבען איין גיטע פריינד, זי האט ענדגילטיג געפסקנ'ט אז איין גויטע איז גענוג בשעת הדחק און אזוי איז געבליבען, זונטאג שלח האב איך צום צווייטען מאל גענומען א טאג אףף פון דער ארבייט איין געפאקט אלע כלי קודש וואס מען ניצט ערב פסח, אויגעפיקט די גויטע פון איר הויז אין גרין-פוינט, קאלאמוטנע אויפען הארץ זענען מיר ווידער אויפען וועג ארויס ווען דער גאנצער קאר איבעלט פון די גערויך וואס הייסט קלינינג לעדי, יא איידער איך פארגעס, מען מיז איר געבען פרישטאג, לאנטש און סאפער, א שעה לאנטש. דאס איז א שפיל פון הינדערט און פיפציג דאללאר און מזומנים.

אויפגעקלינט, אויסגעשטויבט, ארויסגעווארפען די חפצים, די פאריעריגע האבען איבער געלאזט א הויפען שמאטעס, געגעסען געטרינקען, זיך ארום געקוקט אויף דעם קליינעם נעבאכדיגע כאטקע וואס מיין סוכה אין שטאט איז גרעסער פון אים אבער וואס טוט מען נישט פאר די קינדער. א גאנצער וועג אהיים האט מען פלאנירט, געטראכט הויעך, געשריבען נאטיצען. קודם דארף מען צוריק טראגען די שאויער קוירטענ'ס עס מעטשט נישט מיט'ן ביה"כ, אויך דארף מען א נייעם לאמפ אין שלאף צימער, א בעסערען מאטראץ וכו', א קליינעם פירהאנג פאר די שויבען. לכה"פ נאך פינעף שמעקער'ס. און נאך אפאר שאר ירקות. נאכען דזשארש וואשינגטען ברידזש האט שוין די ליסטע געהאט קנאפע 16 נייע "קלייניקייטען" , ווי למשל עס לוינט זיך צו אינוועסטירען אין א גיטען וואש מאשין אויך א דרייער מען קויפט עס איינמאל און מען האט עס ביז משיח קומט און דאס איז אלעס אויסער די עכטע קלייניקייטען ווי למשל נייע ביליגע טעפ נאר פאר זימער נאר פאר פליישיג נאר פאר שלוש סעודות. אויך מיז מען האבען זימערדיגע טישטיכער "ענד די ליסט גויעס אן ענד אן".

עס טוט זיך עס לעבט זיך, די קינדער שפירען די מאמע איז אויפגעלייגט. מען גייט איעדע נאכט שלאפען אין צוואנציג אזייגער. דאס הויז איז פיל מיט באקסעס קליינע מיט גרויסע. אלעס פארט אויף רעדער, מיט א גרויסען שהחיינו קלייבט מען זיך צו גיין אין קאנטרי פון היינט איבער אכט טאג. איי עס איז נאך דא א גאנצער וואך? ווי קען מען שוין איינפאקען די געשיר, די שלאף זאכען? די שב"ק זאכען? נו סעט שוין גיט זיין אזוי די קומענדיגע טעג אבי מען זאל גארנישט פארגעסען דא.

דאס הארץ צאפעלט. עס ווערט נענטער צום יום הגדול, איך דערמאן זיך אין די האני-מאאן ווען מיר זענען געפארען קיין לאנדאן צום זיידען עס איז געווען דאס ערשטע מאל אויף א פליגער. מען האט געפלאנט ענדלאזע נעכט. גענוי אזוי פיהלען מיר אין די טעג. הייטער און האפענדיג אויף די מינוט ווען מיר וועלען זוכה זיין צו זיצען אינטערען באנגעלוי ביים עק וואלד אינטער דעם גערויש פון די קריקעט'ס אויף דעם גרויסען בענקעל וואס נאר אין די קאנטרי איז מותר אויף איר צו זיצען איש ואשתו אין רשות הרבים. א טייל זענען אפילו מקיל צו עסען אייז קריעם אזוי בפני כל עם ועדה. מיר האבען געקויפט איין גרויסע נאגיאד וואס מען קען אויסצוען אלל דע וועי און איינס א געהעריג צוזאם-לייג בענקעל. זי זאגט אז שבת וועל איך קענען נעמען דאס גרויסע. א שיינעם דאנק פון פאראויס.

א רחמנות אויף אונזער ווען דרייווער מען האט אים שוין באשטעלט פאר דריי וואכען צוריק אבער מען קאלט אים יעדע צוויי טאג צו מאכען זיכער אז ער האט נישט פארגעסען אונזער אדרעסס און קיינער כאפט אים חלילה נישט צו, און אז ער זאל זיין פאר'ן הויז אים דאנערשטאג קרח דריי אזייגער נאכמיטאג פונקטליך. וואס עפעס אזוי פרי? פארוואס נישט? ווען דען זאל מען פארען? זעקס אזייגער אין טראפיק? אנקומען מיעד? עסט אהיים קומען איינמאל אביסעלע פריער אין זאל זיך עס אנהייבען מיטען רעכטען פיס.

אלע פעקלעך זענען שוין גרייט 9 אזייגער צופרי די קינדער גייען היינט לעבעדיג אין חדר ווייל מע פארט היינט אין קאנטרי, משה'לע קומט אהיים פארציילענדיג אז נאר 15 אינגלעך פון די גאנצע חדר בלייבען אין שטאט, נעבעך, די איבעריג 10 גייען יא ב"ה אין קאנטרי זענען מיר נישט לאקי?

דער דרייווער ווערט נערוועז האלב פון די פעקלעך זענען נישט פארמאכט ווייל טאמער מען האט עפעס פארגעסען אין די לעצטע מוניט, ער ווינדערט זיך פארוואס מען דארף מיטשלעפען אלע 3 עיר קאנדישע'ן האט איר דען דריי צימערען אין דע קאנטרי? דער ווען דרייווער שטעלט אלע פראגעס וואס ליגט מיר אויפען צינג, זעהנדיג מיט וועם ער האט צוטוען איז ער געגאנגען אנפילען מיט געז און געפרעגט מיט א ציניש שמייכעל, קען איך צוריקומען אין א שעה? גיט רופט מעך ווען איר זענט איינגעפאקט כעל צוריק קומען.

מיט א רחמנות'דיגע בליק אויף די אינטער געבליבענע אין שטאט זעצען מיר זיך אריין אין די קאר בשעה טובה ומוצלחת, איין מינוט, וואס איז? מען כאפט נאך אריין צו קאלען נאך אפאר גיטע פארבליבענע פריינד, זיך צו געזעגענען פאר מע פארט אוועק אויף אזוי ווייט, אלע געפעק איז אין דער ווען, נאך איין מוניט, איעדער זאל שוין ארויס גיין אין ביה"כ, אקעי יעצט קען מען פארען. מיר פארען ארויס אין דער זעלבע צייט ווי די פעקלעך, די קינדער אנגעטון חתונה'דיג איינגעפאקט סענדוויטש מיט דרינק'ס, געימ'ס און מוזיק טעיפס וואס מען האט ספעציעל געקויפט פאר די רייזע. עס איז נאך זיבען אין אווענט ווען איך דערזעה מיך אויפען 17 מיט נאך אנדערע לאקי קאנטרי רייזענדע. אהה זעהסט דאס איז דאך די גרינפעלד'ס פון דיין מאמע'ס בלאק ער איז א כולל אינגערמאן און זיי האבען נאר צוויי קינדער און גייען אויך אין קאנטרי, וואס האב איך דיר געזאגט מען קען נישט אנדערש.

די קליינע זינגען אין וויינען, נודזשען און טאנצען, שוין אויפגעגעסען אלע נאש מיט דרינק'ס. שלאפט דאס גאנצער געזינדעל ווי ביי די נסיעה קיין קאנאדא פאראיאר. שוין אפגעשטלעט צו כאפען א מנחה, גענומען געז און כזקן ורגיל געקויפט דארט עפעס ניסלעך מיט א קאפי. מיר זענען שוין אין קאנטרי.

נאכע'ן זיך אויס פאקען, איך האב אליין נישט געגלייבט וואסארא גרויס פארמעגען עס פיט אריין אין א 16 פעסענדזשער ווען, עס איז געווען פיל מיט באקסעס, עיר קאנדישען'ס, אלע שפיעלצייג און וואס נישט. דער ווען דרייוער האט מיט א זויער פנים אריין געטראגן די פאר בעג'ס דאכענעס און מיך מכבד געווען אריין צו שלעפען אלע באקסעס זאגענדיג ער גייט כאפען א ציגרעטעל, א שעה דערויף קומט ער צוריק פארציילענדיג אז ער איז געגאנגען כאפען א שווים מיט נאך אפאר זריזין מקדימין אינגעלייט. נישט וויסענדיג אז מען מיז אנצייכענען איעדען באקס וואס עס ליגט אינעווייניג, האט זיך ערשט אנגעהויבען א געזיכעניש די ערשטע האט מען פארשטייט זיך געדארפט די פידזשאמעס זאלען די קינדער גיין שלאפען, איי עס איז נאך נישט אזוי שפעט? זיי ווילען זיך אומקוקען. אבער וואס טיט מען נישט פאר די קינדער? די גאנצער קאנטרי איז נאר פאר זיי.

פון עש"ק 8:00 אינדערפרי, ביז 15 מינוט פאר'ן זמן ש"ק בין איך געווען 3 ביי וואל מארט, 1 מאל אין געז סטעשיאן, 2 מאל אין דער שכינות'דיגער קעמפ אין מקוה. דארט זאגען די מבינים איז די שויער'ס גאר געשמאק, צו דער זעלבע צייט האב איך זיך אנגעהערט אזויפיל לשון הרע'ס די והותר פאר א גאנץ זימער. פארשטייט איר אליין איך בין גארנישט מקבל. נאך אזאך בין איך געוואור געווארען דארט אין מקוה אז מיין שוואגער האט די לענגסטע בארד אין גאנץ וויליאמסבורג. אויך איז ער מיר מסביר זיינעדיג אין בור אז דער גאנצער טעם פארוואס ער שיקט די העמדער צום דריי קלינער'ס איז כדי ער זאל האבען א פאפען-דעקעל אויף ווי צו לייגען זיינע נאסע פיס אין מקוה. 6 מאל בין איך פרייטאג געגאנגען אין גראסערי, 1 מאל אין פיצא סטאר, 1 מאל אין פארמאסי,1 מאל אין בעקערי (30 מינוט געשטאנען אין דער לייען צו קויפען חלות) ווען נישט עס קומט דער שבת ביז אייניגע סעקונדעס בין איך נאכאמאל ביי וואל מארט קויפען א קראק-פאט וואס מען האט אויך פארגעסען אין שטאט. ליכט האט מען געבארגט פונעם שכן. די געז רענטש וועט האפענטליך ארבייטען קומענדיגע וואך, האט מען געטראגען דעם טשאלענט צי די שוועסטער וואס האט נאר פלאץ ביים עק פינעם בלעך ווייל די געז רענטש איז גאר קליין. אהה די קאנטרי איז א מחי'ה.

די שאוער דויערט פאר די רבנית הצדיקת א דריי פערטעל שעה צוליב די שוואכע פלוס פון וואסער און אויך ווערט עס קאלט איעדע 15 סעקונעדעס און גלייך דערנאך בריעדיג הייס און צוריק קאלט אן קיין שום ווארענונג. וואס וועט שוין זיין די קומענדיגע וואך ווען אלע קאנטרי איינוואוינער וועלען שוין זיין דא און דער באנוץ וועט זיין גרעסער? די וואך רעגענט אזוי, מיט אזעלכע רעגענעס מיין איך לוינט זיך ליבערשט צו וואשען אין די גאס.

מען דארף גיין אין שוהל די קינדער זענען נאך נישט צוריק אין באנגעלוי, עס רעגענט ווי קענען זיי יעצט זיין? עס איז האמיד, עס איז הייס, ס'גיסט אלעס איז מאראסטיג אלעס קלעבט, די קינדער גייען אין ווינטער שטיוועל עס איז אבער אלעס כדאי, מען קומט דאך נאר פאר זיי, איך קען אפילו נישט עסען דעם טועמי' אין פארטש ווייל עס רעגענט אריין פון אלע זייטען אין איך האב עס מורא צו זאגען הויעך אבער עס דוכט זיך מיר אז די בינען האבען אויך אזוי ליעב דייקא מיין באנגעלוי, פונקט ווי די עקרת הבית. והשלישית האב איך מורא אז די קיגעל וועט זיך צו קלעבען צו איינע פון די 7 פליגען כאפער'ס.

א אויפגעלייגטער שכן האט זיך מיט מיר געווערטעלט אז ווען איך וויל איינעם אנצייגען וועלכע באנגעלוי איז מיין זאל איך נאר זאגען "די פארטש מיט די מערסטע פליגען כאפער'ס".

איך קום אריין און שוהל, א יעדער אן אויסנאם גיט מיר א האסטיגען שלום עליכם איך דערמאן זיך פון מיין שבת באווארפען אלעס ברימט זיך אינטער ווער איס דעס? מיט וועם איז ער געקומען? און ווער ווייסט וואס נאך זיי רעדע. איך ענטפער יעדען רואיג און געלאסען איך האב איבער גענומען ניסענצווייג'ס באנגעלוי. אזוי? וואס האט פאסירט אז זיי קומען שוין נישט? איך ווייס נישט! אקעי וועלקאם, וועסט הנאה האבען, שכויעך, הודו לד' כי טוב....וידבר איך זעץ מיך אראף, איך דרימעל, איך חלום אז איך בין געבליבען אין שטאט אויף מיין באקוועמע בענקעל, עס איז פיין קיהל, איך בלעטער מיינע ספרים. כ'האב מורא זי חלומ'ט דאס זעלבע...

אינמיטען לכה דודי רוקט אן א קליינער פעשליכער און פרייליכער אינגערמאן, רויטע בעקעלעך, קוקט אויס שטארק אויסגעשלאפען און גוטמוטיג. די נשמה יתירה ליגט אים ערגעץ צווישען די ירושלים קיגעל און די פיינע דרימעל וואס ער האט קוים פארענדיגט. ער געט מיר א ברייטען שלום עליכם זיינע קליינע הענטאלעך פארען אריין טיף אין מיין בעקיטשע. הע? האסט דיך באזעצט אויף מיין פלאץ? שאקעלט נאך אלץ מיט די הענט און לאזט נישט נאך.

אהה אנטשולדיגט איך האב נישט...

ניין סי גיט כעל מיר גיין זיצען ערגעץ אנדערש, נאא בלאב זיצען איך וועל שוין טרעפען. איך גיי צום נעקסען טיש און ער לאכט ווי א זיבעלע, מורמעלט אינטער, אינגערמאן! קום צוריק...... אךךך פעלט נישט אויס. נאכען דאווענען זאגט ער מיר כאף דע האסטעך נישט באליידיגט, ווייסטאך יעדער האט ליעב זיין מקום קבוע. איך פרעג אים צו אויפען טרעין איעדען אינדערפרי האט ער אויך א מקום קבוע? ער זאגט מיר, ביזט א אויבער חכם הא? וועמעס באנגעלוי האסטו דא איבערגענומען? ביזטע געווען אין מקוה דא? ניין אין שכינות, אך א שאד, מיין ווייב מאכט די קוגעל דארט קום נעקסטע וואך וועסט קענען קויפען אויווער-נייט קיגעל, 4 דאללאר א סלייס. גיט שאבעס.

פארזעצונג קומט אי"ה (פונעם לעפ טאפ אין קאנטרי אויב אלעס וועט גיין כשורה)


תוקן על ידי - קרעמער - 02/09/2005 18:17:15

עס איז שוין דאס צווייטע וואך וואס איך פאר ארויס דאנערשטיג נאכט, איך שלעפ זיך ארויס מיט באקסעס און שאפינג בעג'ס, שעפשענדיג דערביי מיין שטילע ג-ט פון אברהם געבעט צו השי"ת, אז די וואך זאל נישט רעגענען, די וואך זאל די סווימינג זיין אביסעלע מער זויבער, די מקוה פלאר זאל זיין ווייניגער מאראסטיג, די וואך זאלען די מאסקיטויס רחמנות האבען אויף מיר, די עיר קאנדישען אין שוהל זאל ארבעטען צו מיין ריכטונג, דער גבאי זאל מיך אויפהערען פרעגען כהן? לוי? די שכינים זאלען אויפהערען פרעגען וועמעס באנגעלוי איך האב און אזוי ווייטער.

מה נאמר ומה נדבר. עס רעגענט עס מבול'ט אן אויפהער און פונקט ווען איך וויל זיצען אויפען צאם-לייג-בענקעל אדער נאגיאד. מסתמא זענען מיר זינדיג און מיר זענען נישט זוכה צו דעם גשמיכם בעיתם. די מאסקיטויס האבען זעהט אויס געהאט א דרינגענדע גענעראל פארזאמלונג און באשלאסען פה אחד מיר צו צאפען דעם דם התמצית.

פרייטאג פארמיטאג, איך גיי אין חדר צום מלמד איך וויל הערען וואס מיין משה'לע טוט, דער מלמד וואס האט קוים שני שערות פרעגט מיך צו ער קען די חומש, איך זאג אים שטילרעהייט, בלא. זאגט דער מלמד. איר דארפט פארשטיין, ער איז זייער פארשפילט, איר ווייסט דאך אין קאנטרי די קינדער זיצען נישט איין, איר ווייסטאך, איר ווייסטאך... כ'האב אים נישט געוואלט זאגען, ביזט נעבעך נישט שולדיג. שולדיג זענען די מנהלים וואס האבען דיך גענומען פאר מלמד, און די קינדער זענען די קרבנות. איך פרעג משה'לע וואס טוט מען אין חדר א גאנצען טאג? מען האט אזויפיל פאן. דער רבי רעדט מיט אלע רבי'ס, מיין רבי האט מיך נעכטכן געשיקט צו זיין באנגעלוי אהיים טראגען טאמעטע זיפ מיט לאקשען. אונז מאך מיר א לעבען...

דער גאנצער לאנגער פרייטיג, שבת, און זינטאג וואלט מן הסתמא אדורך כמעשה ווען נישט די נייעס קומט פרייטאג פאר'ן זמן אז די שווער און שוויגער האבען באשלאסען מיך צו קומען באזיכען. עס קען דורך גיין א גאנץ קאלעכדיג יאר און מיר זעהן זיך ערב יום כיפור און חול המועד פסח. היי יאר האבען מיר די זכי' אז זיי קומען אפשטאטען א באזוך אין מיינע מוסדות זונטאג גאנץ פרי, איך מיז אייך אוודאי נישט פארציילען אז לכבוד דעם האב איך שיעור נישט געמיזט פארבען די באנגעלוי ווען נישט איך נעם אפיהר דעם קאנטראקט און צייג די רבנית אז דאס איז בפירש קעגען די תקנת הבאנגעלוי, וואלט איך געמיזט קאלעכען דעם פארטש. געזאגט האבען זיי צו ערשיינען אום 12 נאכמיטאג, זעהט אויס אז זיי האבען געוויסט אז איך האב אנדערע זאכען אויך צו ארלעדיגען זענען זיי אנגעקומען ערשט 2 אזייגער, מיט ברענגענדיג מתנות פאר די קליינע כאילו מיר וואוינען אין בראזיל און מען זעהט זיך יעצט צום ערשטען מאל נאך א שמיטה. איבעריג צו זאגען מיר האבען זיי סארווירט פון יעדען געשמאקען מאכל וואס מען האט נאר געקענט אפקאכען אין די פאר שעה פון צופרי, ווארימע און קאלטע קאווע, איינגעמאכטץ מיט געבראטענ'ס, קאלטע לעמאנעיד און ווארימע טיי. די גאנצער קאלאני ווייסט שוין צו זאגען פונעם גערויך אז מיר האבען היינט געסט. כ'האב אליין נישט געדענקט פון שנה ראשונה אז די שוויגער האט ב"ה אזא צוויי פאכיגען אפעטיט. מיר האבען געמיזט שיקען א קינד ברענגען פון גראסערי נאך ראלל'ס און אייז קרעים, פלעסטיק קאפס און נעפקינ'ס. דער שווער איז גוטמוטיג, ער גייט אריין אין אלע צימערען, באטאפט אלעס כאלו מיר האבען אים געדינגען צו זאגען זיין מבינות, ער מאכט בילדער פון אלע קינדער און קאמאנדעוועט זיי זאלען זאגען טשיז און לאכען. ער מאכט א הלצה אין דאס גאנצע ב"ב שמייכעלט מיט חנופה. וואס ווי ווען, עס איז שוין מנחה טיים, דער שווער קומט מיט מיר דאווענען מנחה, ער באגריסט איעדען פארביי-גייער כאילו ער איז ביי זיך אין פאבריק. אינמיטען וועג צום שוהל גייט ער צו די קאר נעמען א טוט-פיק. ער זאגט מיר צו שטיל, דער אינגערמאן דארט קוקט אויס ווי פעטער אשר'ס זוהן? הא? און ער לויפט צו, שלום עליכם מענדל! אה אנטשולדיגט, סע האט אויסגעקוקט. סארי..

פון שווימען היינט איז מאן דכר שמיה דער איינציגער טרייסט האב איך אז היינט פארט מען נישט צו וואל-מארט. פארען אוועק גיין פרעגט ער זיין טאכטער נו האט ער ליעב די קאנטרי? זעהסט כא דיר געזאגט "הי איז גאנע לאוו איט", ביייי

די ששת ימי המעשה אין שטאט איז א מחי'. (ששא פארציילט נישט אין קאנטרי) קודם די סאפער'ס יעדע נאכט, עס איך ענדליך גענוי וואס איך האב ליעב און ווען עס שמעקט מיר. איך קען נעמען דעם צייטונג עס צועפענען אויפען גאנצען טיש און לייענען בשעת'ן עסען, קיינער שטופט נישט, קיינער שרייט נישט. אלע בריוו און פאסט ליגען אויפען טיש אומ-געעפענט. די שטויב זאמעלט זיך אויך אן, איין שיכט נאכען צווייטען וואס א טאג עס גייט פארביי. די מיסט ארויס טראגען? נישט דא קיין מיסט. איך הייב אן טראכטען אז דער אלטער בחור וואס וואוינט אויבען העכער אונז איז נישט אזא נעבעך ווי זיין מאמע מאכט אים.

א גרויסע מצוה האב איך אויף מיר מקבל געווען לע"נ מיין עלטער מומע וואס איז אוועק פארגאנגענעם שבועות. יעדען טאג ווען איך רעד פון שטאט צו די קאנטרי זאג איך אייביג אז אין שטאט איז דער היץ אומדערטרעגליך. ווי די אלטע לייט אין פלארידא האבען ליעב צו הערען ווינטער אז אין נוא יארק איז ביטער קאלט אין עס שנייט אן אויפהער, אזוי האט זי ליעב צו הערען ווען איך זאג אז אין דער שטאט דא איז 107 די גראד, עס שטינקט די גאסען, מען קען א הינט נישט ארויס לאזען, די עיר קאנדישען קען נישט גענוג אפקילען די דירה. זי פריידט זיך זייער און איך האב א מצוה רבה.

די דריטע וואך, איך פאר ארויס דאנערשטיג נאכמיטאג גאר פרי, צו אריין כאפען נאך איידער די ראש-אוייער הייבט זיך אן, ווי טייל גיטע פריינד האבען מיך ג'עצה'ט. צו מיין מזל האט א מאטאר ביציקעל זיך איבערגעדרייט אפאר מינוט פאר'ן דשוירדש וואשינגטאן ברידזש, אלע אויטא'ס זענען געקומען צו א שטיל-שטאנד. ווי עס איז דער דרך ביי אונז זענען אפאר נייגעריקע אידען ארויס געקומען אויף די נאקעטע הייוועי, זיך געמאכט וויכטיג. איינער איז מיך געקומען פרעגען צו איך דארף נישט אביסעל טרויבען. פון א צווייטע ווען זענען ארויסגעקומען 3 אינגעלייט אנגעטון אין גארטלעך און געפרעגט צו כאב שוין געדאווענט מנחה. יא, מנחה האב איך געדאווענט היינט געדאווענט בידידות, מעריב ביים מעריב פלאץ איך קום אן אין די קאנטרי האלב שיכור גאנץ הונגעריג איך פאל אנידער א ג'הרג'טער אין די דינע מצה מאטראצען וואס מיין עלטער זיידע איז נאך געשלאפען דערין ווען ער איז געווען אין שפיטאל אהיים קומענדיג פון מונקעטאבער.

פרייטיג צו נאכט'ס גיט אויסגעריט און אויסגעשלאפען. איך שפאנציר אריין מיט די 2 קליינע, די פיאות פריש געמאכט מיט דיפערידא. אין קאנטרי זענען זיך רוב חסידים מקיל מיט צו ברענגען די גרויסע מיידלאך אין ביהמ"ד אריין, איין אזא איד ברענגט מיט אלע זיבען קינדער אין שוהל מיט די פעדזשאמעס, מיט די באטיס אלעס וויינט אדער שפרינגט אויף די טישען, דער טאטע וועלענדיג זיין א עכט גיטע בעבי-סיטטער האט געהייסען דאס קליין מיידאלע צו גיין צונויף קלויבען אלע פעפער'ס אין שוהל, זי איז געגאנגען צונעמען פון יעדען די עלים לתרופה'ס און די אנדערע פלוג בלעטלעך יעדער האט געברומט, א אלטער האט זי אנגעשריגען ארויס פון שוהל!. עס האט זיך שיעור נישט איבער געדרייט די שוהל ווען נישט דער טאטע האט געהייסען זיין גרויס אינגעל איר אהיים טראגען צו דער מאמע פעמפערען דאס קינד.

איך בין די וואך אנגעקומען אין שוהל נאך איידער הודו. די זעלבע גיטע פריינד הייבען אן דער וועכענטליכער קאנטרי פזמון, אודך, ווען ביזטו געקומען יאנקעל? טאקע נעכטען? הע? ווילאנג האט געדויערט דער וועג? אזוי? טראפיק פאר'ן ברידזש? ווער הייסט דיר נעמען דעם דזשי דאבעליו? נעקסט-טיים נעם דעם האלענד טאנעל? שוין ב"ה אדורך דאס ערשטע קרייץ פארהער. יעצט קומט דער שכן פון די צווייטע זייט טיש, גיט שבת יאנקעל ווען ביזטו געקומען? האסטע געקויפט מיין ווייב'ס קוגעל? כאדיר געזאגט עס איז ווערט 4 ראניש. ווילאנג האט געדויערט די וועג? אזוי? געווען אין טראפיק? איך זאג דיר די בעסטע איז ארויס צו פארען זייער שפעט ביינאכט, שוין עניוועי נעקסטע וואך מערצעשעם קאל מיך, מען קען זיך נישט פארלאזען אויף סי-בי-עס. לכו נרננה... דער קליינער שכן איז היינט מלא טענות, ווייטער צוגעשיקט דעם זעלבען בהמה חזן ווער שיקט אים צו? יעדעד וואך זיכט מען אויף דעם גרעסטען פעניאק?! אךךך מע דארף מאכען דא א אייגענע אינגעלייט מנין... אלץ פראטעסט האט ער נישט מיט געזינגען נישט לכה דודי און אויך נישט לא תבושו. מעריב האט ער איבערגעהיפט מיט איין געניץ, אויפגעשטאנען צו עלינו לשבח, ביים זאגען גיטשאבעס איז שוין דער סימן פון שטערען געווען אינגאנצען אויסגעמעקט.

איין מינוט, דער זעלבסט געקרוינטער גבאי האט עפעס אויסצורופען, היינט נאכט וועט פארקומען א באטטע לכבוד די יארצייט פון חאצ.. רבי זי"ע, איך פרעג מיין שוואגער א אלץ-ווייסער אויב עס איז דא אין קאנטרי איין חסיד פונעם חאצ.. רבי'ן? ער מיינט אז ניין, אבער מע שמיעסט אין קאנטרי אז ווען דער גבאי האט נישט אויסצורופען א זכור אדער א הודעה איבער'ן עירוב פארופט ער א באטע. נישט קשה. אויפען וועג ארויס כאפ איך א פריינטליכען זעץ אין רוקען פון מיין נייעם ידיד אום יענער עק קאנטרי, יאנקעל! מארגען נאכט וויל איך דיך זעהן ביים וואלי באלל. הערסט. דריי דיך נישט ארויס. העסטע קומען?

איך טרעף דעם מענעדזער און פרעג אים פארוואס מיין פריזער ארבעט נישט כדבעי, און ווען גייסטו פאריכטען די סקרין אויפ'ן פארטש. ער זאגט מיר לאמיר נישט רעדען דערפון שבת, פאריגע וואך האט ער נישט געוואלט רעדען דערפון ווייל די ערשטע צוויי וואכען האט ער וויכטיגער'ס צו מסדר זיין, צוויי וואכען צוריק האב איך אים אויך געוואלט זאגען אבער צו פוהל קונים זענען געשטאנען ארום אים מיט בקשות, לויט ווי עס קוקט אויס האט ער א גאנצער זאק מיט תירוצים, גיט כ'עלל צו ווארטען א וואך. ער שרייט מיר נאך קיינעמ'ס פריזער ארבייט נישט גיט.

שבת בייטאג זאגט מיר מיין נייער ידיד דער קליינער ראולי-פאולי. גיי זעץ דיך אוועק אויף יענער טיש, נישט דא לעבען מיר. וואס איז שוין ווייטער? ער מאכט א גאנצער הקדמה, מיין צווייטער קאזין אין אנטווערפען האט געהאט א צווילינג, צוויי אינגלאך, נאך 6 יאר, איך האב לכבוד די שמחה נעכטען נאכט געגעסען צוויי שאכטלעך זכור באנדלעך. איך האב אים באדאנקט און זיך געגאנגען זיכען א ניי פלאץ. מיין נייער שכן האט נאר געוואלט וויסען אויב איך בין באבע יוטל'ס א אייניקעל, ער האט א חשד מיר זענען קרובים.

שלוש סעודות די וואך האט דער מענעדזשער פון קאנטרי געגעבען הערינג נאך די מאמע'ס יארצייט, איך בין אים געגאנגען זאגען לחיים, זאגט ער מיר מיט א דריק אין די האנד, לחיים לחיים, די נשמה זאל האבען א "תיקון". קוקט אויס עס איז די ערשטע יארצייט. איך מורמעל אים אריין אין אויערען דער אייבערשטער זאל העלפען זאלסט קענען פיקסען די פריזער די וואך אז נישט... אקעי! בלי-נעדער, זאג דיין ווייב זאל מיך דערמאנען מיטוואך נאך 3 אזייגער!

מוצאי שבת אונזער גאנצע באנגעלוי איז איבער געדרייט פון אויבען אראפ, אלע יחנה'ס האבען באשלאסען זיך אפקילען שלוש סעודות אין מיין קאלטע באנגעלוי אנשטאט זיצען אין די היץ אינטערען בוים, ליידיגע פלעסטיק קאפ'ס, א טאן מיט פאפיטע שאלאכטץ, צוויי דריי געניצטע פעמפער'ס און וואס נישט איז באלאגערט און אלע צימערען, די באנגעלוי פליט ווי נאך א ערד ציטערניש. א שעה נאכען זמן איך מאך הבדלה, זי זאגט מען מיז גיין אין פיצא סטאר שוין, איך בין זייער הינגעריג איך וועל מן הסתם זיין אויף ביז פארטאגס צו קלינען דעם שמיץ. קענסט גיין שפילען וואלי באלל?

זינטאג אינדערפרי איך וויל זיך אביסעלע וואויל גיין און בלייבען שלאפען שפעט, ניין! נישט דא אין קאנטרי, נישט היינט. וואס איז? דיין מאמע קומט נאכאמאל? ניין עס איז וויזיטינג דעי! מ'דארף גיין באזיכען די שוועגערען און הוידעפלאץ קאנטרי, אבער עס איז נאך קוים 11 אזייגער אינערפארי? נו מען דארף גיין קויפען א גרילל, פלייש, צוגרייטען, איינווייקען, אפאר קלייניקייטען אין וואל-מארט. איך קום אהיים פון שוהל און מען פארט קיין וואל-מארט, דער וועג קען איך שוין שלאפעדיג, די מיידלאך ביים טשעק-אויט שמייכלען זיך אינטער זיי ווייסען אוודאי אז העלפט זאכען ברענגען מיר צוריק קומענדיגע וואך, אדער אפשר ווייסען זיי נישט? אויפען גנב ברענט דאס היטעל. די וואך האבען מיר געטראפען געוואלדיגע מציאות, איך וויל נישט שרייבען כדאי קיינער זאל עס נישט אויסכאפען. אין וואל-מארט זעה איך, מער ווייניגער גייען אלע נשים צדקניות אנגעטון יונטעף'דיג, אלע מענער מיט די אראפגעלאזטע נאז. פארוואס? אחוץ די שנה ראשונה'ס וואס זיצען נאך אויף קעסט. איך טרעף א חבר פון ישיבה ער פארט ארום און א שאפינג-וואגאן, אלע 3 קינדער אינעווייניג, די שיך אויסגעטון. ער זאגט דא איז פיין לופטיג, איך טרעף מיך דא אייביג מיט אלטע גיטע פריינט, איך שטיי נישט די פרוי אונטער די פיס. איך זאג אים ער איז נישט דער ערשטער וואס האט ערפינדען די המצאה.

עס דויערט 20 מינוט אויסצוגעפינען אז באנגעלוי 24 געפינט זיך גאר לעבען די אנדערע אריינגאנג צום קאנטרי, יעדער שיקט אונז אין א אנדערע ריכטונג. מיר קומען אן, קלאפען שוין אין די באנגעלוי מיט א אויפגעהייטערטע שטימונג, 5 גרויסע שאפינג בעגס, גרייט זיך צו וואשען אין מאכען שלחן עורך. זי איז ניטאמאל אין קאנטרי, די שכנ'טע זאגט אז זיי זענען (אויך) געפארען קיין וואל-מארט קויפען א גרילל. מיר ווארטען א שעה און יעצט קענען מיר עסען דאפעלט. דער שוואגער פרובירט זיך אליינס נישט צו נער לייגען, ער זאגט, דער עיקר איז נאר די פאן, נישט דאס עסען אמת? ווען נישט די קינדער האבען שוין נישט קיין געדולד און לויפען אריין אין אלע ארומיגע באנגעלוי'ס, עס איז הייס, זיי האבען נישט ליעב קיין געבראטענ'ס, גיט מען זיי ברויט מיט אבעקאדוי. דער גאנצער קאלאני איז שוין פארויכערט, מיר ווייסען נישט צו עס איז צופיל ברען-שטאף אדער צו ווייניג שטיינדלאך, ווי דער שטייגער אין אזא פאל ווי ביים פייער ערב פסח יאווען זיך תיכף אפאר מומחים אין מלאכת הגרילל יעדער לייגט צו פעך און שוועבעל, אלע גיבען מיר שלום עליכם מיט די פעטע הענט און פרעגען צו איך קום פון שטאט אדער פון א אנדערע קאנטרי. די צוויי נייע גרילל'ס פלאקערען, נישט דא מער ווער עס זאל עסען די סטעיק. זיי שטייען פארשעמט, ווען זיי קענען ווען רעדען שרייען זיי הויעך "אלעס טוט מען פאר די קינדער".

פאר מיר פארען אהיים פרעגען זיי אונז אויב מיר ווילען צו פארען דא נישט ווייט, מען קען פארען מיט פערד עס קאסט 10 מוניט פאר 5 דאללאר אפילו די קליינע וועלען עס ענדזשויען, איך זאג איר מען קען פארען מיט פערד פאר אסאך ביליגער ווי 5 דאללאר. איך מיין זי האט זיך באליידיגט.

די וואך האב איך באשלאסען איבער צו שלאפען זונטאג נאכט און אריין פארען ערשט מאנטאג פארטאגס, איך שטעל אן דעם וועקער אויף 4 אזייגער עס פילט זיך ווי סליחות פארטאגס. די גרינע בלעטער זענען נאס פון טוי, די וואלקענעס קומען אראפ אזש ביז צי די שפיץ נאז, דער שמעק פונעם סקאנק איז נאך פריש, די הערשען שפרינגען ארום אויף די וועגען ארויף און אראפ. דער סעווענטין איז ליידיג פון פאציענטען און פיל מיט פאליציאנטען. דער אראבער ביים געז סטעשאן לאכט אויך פון מיר, קוקט אויס איינער האט אים פארציילט אז דאס איז דאס ערשטע מאל איך זעה דעם ראוד 5:00 אינדערפרי. איך קום אן קיין וויליאמסבורג אין מיין שוהל אריין האלב זיבען מיעד און ערשעפט, איך בין שיעור נישט איינגעשלאפען אין מקוה. אפילו דער שמש פרעגט מיך וואס אזוי פרי היינט? און מיין בעה"ב פרעגט מיך א גאנצען טאג צו איך בין אקעי. אבער די קינדער האבען דארט א גוד טיים.

איעדע וואך ביז דאנערשטאג נאכמיטג האב איך שוין א גאנצע ליסט גענוי פארצייכענט מיט א געפירקעלטע שריפט וואס צו ברענגען פון שטאט, אנגעהויבען האט זיך עס - ווי געשמועסט, מיט די פארגעסענע חלה דעקעל און קראק-פאט, איך קויף איין פלייש עס איז ביליגער אין שטאט. איך ברענג מתנה'לעך פאר די קינדער (נאר צו דע וואס זענען געווען וואויל). פארסאפעט שלעפ איך ארויס באקסעס מיט אייסעס, קעסטלעך סאדא און עפעל דזשוס, פעמפער'ס, צייטונגען און אלעס וואס איז מיט א קוואדער ביליגער אין שטאט. איך פיק אויף זאכען פון קלינער'ס, פון שוסטער, פון פארמאסי. און צומאל טראג איך אפ וויכטיגע פאפירען פאר די שוויגער. שכינים פון שטאט שיקען מיט מיר שאפינג בעג'ס מיט חפצים צו שכינים אין קאנטרי, אונזער נייגעריגע "נעקסט דאר" שכנ'טע מיט'ן רויטען טורבאן ביז אריבער די אויערען קוקט שוין ארויס פון הינטער די שפארע'ס מיט גרויס נייגער וואס האט מיסטער שיסטער היינטיגע וואך געברענגט. די וואך האב איך געברענגט א גרויסע באק'ס די אנדערע צופרי האט זי שוין געפרעגט הינטערוויילעכץ "איי דאונט מיען טא בי נאוזי באט וואט דיד יאר האזבענד שלעפ אוט לעסט נייט"? איט וואז סאטש עי ביג באקס, וואז איט העווי?

די וואך האב איך געברענגט פאר די קליינע, שיינע בענטשער'ס. איך בין געווען מאנטאג ביי א בר מצוה, פאר'ן בענטשען קומט אריין דער טאטע פון בר מצוה בחור מיט א באק'ס בענטשער'ס. עס האט זיך אפגעטון אזא געכאפעניש, אלע האבען זיך א לאז געטון אויף אים, גרויס און קליין אפילו די אויבען אן אידען. ווי די קליינע קינדער כאפען פעקלעך ביי א באווארפען. איך האב זיך נישט געקענט אפווינדערען וואזוי מען רייסט זיך נאך קליינע בענטשערלעך וואס אלע ווארפען גלייך אין שמות נאך איידער מען קען עס ניצען. ביים ארויסגיין האט איינער פון די כאפערס אראפ געווארפען אלע בענטשער'ס און ביי מיר אין באנגעלוי וועט דאס אי"ה באקומען א תיקון, משה'לע האט זיך געפרייט דערצו כמוצא שלל רב.

נאך די שיינע אויפנאמע וואס מען שטעלט מיר אהער וועכענטלעך, דאס ערשטע באצאהל איך צוריק אלע חובות וואס זי האט זיך אנגעבארגט במשך די וואך, וויפיל הינדערט דאללאר איך זאל נישט איבער לאזען מאכט זיך אייביג עפעס אנדערש, מאנטאג קומט א פאנדזשעלוי טראק, ער רופט אויס מיט א הויעך-הילכער אז ער האט אזעלכע מציאות אז פאר אים אליין לוינט זיך צו קומען אין קאנטרי, ער האט געסטראשעט אויב ווערט די טראק נישט ליידיג וועט ער מיזען קומען די אנדערע וואך נאכאמאל. א צווייטע פרוי אין א שווארץ טיכעל מיט מענערישע גלעזער פארקויפט געניצטע ביכער אמייסטענס פון שלום בית טעמע'ס און אנדערע ביכער פון שמות. מיין רעבעצין פרעגט איר אויב זי האט נישט עפעס "די ווי די'ס"? א דריטער פעדלער פרובירט יעדע וואך אריינצושמוגלען צו מיר אין באנגעלוי א נייער טעיפ רעקארדער. וויפיל מען זאגט אים אז מיר האבען גענוג טעיפ רעקארדער'ס, דעמאלס וויל ער זעהן צו מען דארף נישט באטאריעס. אז דאס אויך נישט, לאזט ער זיך מכבד זיין מיט א גלאז ווארימע מילך און א קאקי דערנאך ווינטש ער אן אז מען זאל זעהן אסאך נחת. דערנאך גייען איעדע נאכט אנדערע צוויי גיטע פריינד נאך געלט, זיי דארפען גארנישט זאגען א צוועק, די פרויען פארשטייען שוין אליין בלויז פון די שבת'דיגע בגדים און די גרויסע פאקעט-בוק אז מען רעדט דא פון א גאר וויכטיגע הכנסת כלה און ווארפען אריין אויפ'ן פעטער'ס חשבון ווי מער. אטייל שרייבען אפילו אויס א טשעק. מאנכע זאגען מען טאר זיי נישט אריין לאזען אפילו אויפ'ן פארטש ווייל זיי גייען אריין אין אלע באנגעלוי'ס און קוקען זיך אומדערעקט אום, שפעט ביינאכט ביים זיצונג פארציילען זיי גענוי וועלכע איז א קלינע און ביי וועלכע עס הערשט כאאס. וועלכע האט אנגעטראגען א גלעזעל קאלט וואסער און וועלכע האט נאך 10:30 געהאלטען אינמיטען באדען די קינדער. מיין פרוי האט זיך שעמעוודיק פארענטפערט פאר איין אזא געלט גייערקע. אז זי האט פשוט נישט פארוועם אויך צו גיין נאך צדקה. יעדער גייט דא. זאגט יענע איך וואלט נישט געגאנגען אבער איך האב זיך שוין נישט אנגעטון "געהעריג" דריי וואכען "איי זשאסט העד טא געט דרעססד ענד געט אייט אוף מאיי באנגעלוי" (איך האף זי לייגט כאטש אריין דעס בינטעל קעש אין א פישקע אריין.)

איין נאכט פארען אלע פרויען אריין צום טאון קויפען סאפט -אייז קריעם און שפאצירען אויף די ראוד'ס ביז אינדערנאכט אריין, עס קאסט א בעבי-סיטטער. די צווייטע נאכט איז דא א פלעי ביי די שכינות'דיגע מיידעל קעמפ די הכנסה גייט פאר צדקה (איין ברטונרה האט גע'פסק'נט אז מען קען אפילו די קאר סערוויס צאלען פון מעשר געלט), די דריטע נאכט זעהט מען סלייד'ס פון לשון הרע, דאונעשען איז נאר 10 דאללאר. מיטוואך נאכט וועט זיין א דרשה פאר פרויען און גרויסע מיידלאך איבער דאס ענין פון ווערים אין פרוכט. ביי ענדע וואך איז א וואונדער זי איז א בעל חוב? יענע וואך איז געקומען א טראק וואס פארקויפט דזשולערי זי האט מיר געקויפט א מתנה א פאר אויער-רינגלעך אויב איך וויל אמאל איר געבען א מתנה זאל איך האבען גרייט. מעשה גאבעליר. איך וויל נאר וויסען פארוואס קומען זיי דייקא ווען די מענער זענען אוועק?

קוים עס האט זיך אנגעהויבען די דריי וואכען, איך קען שוין גאנץ כמעשה אלע שכינים ווי זיי ארבעטען און ווען זיי פארען ארויס צו די קאנטרי, וויפיל זיי האבען געגעבען דעפאזיט פאר'ן 7'טען שטאק אויף קלעסען קאר. דעקאלב וואס גייט זיין פארטיג אי"ה אויף חמשה עשר בשבט שנת תשע"א אדער אויף שבועות דערנאך. גיטע ידידים האבען מיר שוין אויך פרובירט צו פארקויפען לייף אינשארענ'ס פאליסי, מען הערט דאך אזעלכע שרעקליכע זאכן. א צווייטער כולל אינגערמאן לויפט מיך נאך יעדען זונטאג צו איך ווייס נישט איינער וואס דארף אפיס פורניטשער. א דריטער וויל איך זאל ווערען מיט אים א שותף אין א 7 פעמילי וואס מען טראגט אים אן און וויסקאנסין, ער זאגט עס איז אכט מאל די רענט ראול. גיי פארשטיי.

איין נאכט קאלט מיך אויפען סעל-פאון א נייער ידיד פין קאנטרי אט איז דער שמועס מער ווייניגער: האלוי יאנקעל ! יא, ווער איז? דאס איז שמעון ווער? שמעון, שמעון קאלמאנאוויטש פון באנגעלוי 3, דערקענסט נישט מיין קול? וואס-אי-מיט-דיר??? אההה וואס הערט זיך עפעס? וואס ברענגט אייך צו מיר? סתם אזוי, וואס איז נייעס? נייעס? גארנישט וואס-אי? וואס קען איך אייך העלפען ? עם עם עעעם ווייסט דאך, יעדען שבת ברענגט א צווייטער שלוש סעודות און און.. עם עםם אפשר... אזוי? ניין כאב נישט געוויסט וואס איז די שמחה? איך זעה יעדער עסט דאך אין באנגעלוי און מען קומט צוריק צום זינגען. נאא סתם, מע מיז דאך עפעס טיילען, דער גבאי וויל וויסען, סוי אויב די ווילסט ברענגען די וואך!? גיט כעל איבער קלערען! האסט א נעקסטעל? וואס איז דיין נומער? כעל דיך קליקען צו דערמאנען. ניין כאב נישט, כעל איבערטראכטען אקעי?. ארלעדיגט? גיט כעל זאגען מעכיל, זיין חבר ארבייט ביי יוני'ס דעלי. ער קען צושטעלען אלעס, עסט עם געבען א פיפציגער אין קאנטרי! זאל דיר זיין צו מצוה. איך קאל אהיים אין קאנטרי עלעף אזייגער ביינאכט אלעס איז נאך וואך, ווי מאמי? אינדרויסען (נאטורליך) טאטי.... די געסט קידוש די וואך? ניין אפשר שלוש סעודות, ווער האט דיר שוין געזאגט? מאמי האט געזאגט פאר באבי. אבער טאטי! קאנטרי איז אזוי גיט, מאמי איז ביי די לעדיס, אונז טאנץ מיר אויפען בעט, רחי האט זיך צוקלאפט, און משה שלאפט אין דיין בעט. מארגען גייט מען אויף א טריפ. מושי'ס בייק איז צובראכען, אונז האמער געהאט א באלל אין דעי קעמפ. טאטי, טאטי אין מומע חוה'ס באנגעלוי איז געווען א סקאנק... ביייייי

דער שבת האט מיין שוואגער זיך פארגליסט צו עסען צוזאמען ביידע משפחות אינטער איין שלאק, איך בין דאך א גרינער אין הלכות קאנטרי, מסתמא איז עס א מנהג הקדמונים אז שבת מברכים עסט מען אין די קאנטרי צונאזאם, צונויפגעקוועשט. און טאקע ביי אונז אין באנגעלוי, מיט א רעכטע טענה, "זימער דארף מען האבען ווי מער פאן", לויט ווי איך ווייס שלאפט ער הויעך אויפ'ן קול שוין תיכף נאך די זיפ, אין א פארוואלקענטער טאג איז ער שוין נישט צווישען די לעבעדיגע תיכף נאך די פיש. אויך גידענק איך נישט ער זאל אמאל פארשלאגען צו האבען עפעס פאן אין די שטאט ווי מיר וואוינען נישט ווייט. שוין, לאז זיין אזוי.

די צוויי שוועסטער האבען געגרייט אויף דעם שבת ווי עס קומט פאר א פארמעסט ווער עס קען בעסער און דער געווינער גייט קריגען א גאלדען מעדאל פון מארטא סאטוארט אליין. איינע האט צוגעשטעלע די ביינאכט סעודה, די צווייטע די בייטאג. מיר האבען איינגעקויפט לכבודם אלע ערליי זיסע אויבס, ברוינע באנדלעך און געלע זיפ מאנדלען (די גראבע). רעטעך מיט לאקשען, טאמעטע דיפ'ס מיט חריין שארפע און מילדע, חלות פון וואסער און אויך מיט אייער, כל ערליי סאדא מיט וויין, ניסלעך געזאלצענע און געבראטענע. א גאנצע גרויסע רויטע מעלוינע. ער איז געקומען פרייטאג באזיכען די שוועגערען צו זי דארף נישט א האנט. נאאא פעלט נישט אויס די גאנצע געפאטשקעריי – זאגט ער.

פרייטאג צו נאכט'ס מע גייט עסען, שלום עליכם זינגען מיר דעם נאציאנאלען ניגון. "נא זינג שוין דו אשת חיל. נע זינג שוין דו סי דיין באנגעלוי, נא נא זינג שוין אבי געזינגען איך בין שלעפעריג. איידער מיר האבען געהאט א געלעגענהייט צו האבען די ערווארטעטע פאן איז גיסי היקר געווען אויף יענע וועלט מיט א שמייכעל אויף די בארד. זיין ווייב איז רויט, זי שטויסט אים אינטערען טיש, די קינדער שרייען טאטי, ווי א בער וואס האט זיך שוין געלייגט אויפע'ן ווינטער. קוים וואס מען האט אים געקענט דערוועקען אהיים צו גיין צו תיקון חצות. אלע קינדער זענען געבליבען שלאפען ביי אונז, און די פאן איז געווען העכער אלע ערווארטונגען.

שבת בייטאג איז פארגעקומען אין שוהל א שמאלציגער גרויסער קידוש. שמערעל פון באנגעלוי 2 האט גומל געבענטשט אין געגעבען א פראכטפולער סעודות הודאה. פארלייפיג האט עס געהייסען אז ער האט מיט די קאר צוטרויטען א הערש, איך בין מסופק צי עס איז נישט געווען עפעס מער ערענסט. מיין חבר אלץ בחור האט געניצט דעם זעלבען תירוץ ווען ער האט גומל געבענטשט איין גרינעם דאנערשטאג צופרי. דער ראש ישיבה האט אים געלאזט רופען נאכען דאווענען און געווארענט "זעה עס זאל מער נישט פאסירען". אלענספאלס, ביי שוכן עד האט זיך שוין אנגעזעהן א פרייליכער מינע אויף די חברה טרינקער, איך האב תיכף געשמעקט אז היינט איז דא עפעס בעסער'ס ווי פשוט'ע שליוואוויטץ. אלע שפעט קומער זענען היינט געקומען צייטליך. ביים לייענען קומט צו מיר צו דער שיינער איד פון קאנטרי און פרעגט מיך אויב עס פעלט אויס ער זאל זיך פארגרייטען עפעס א דבר תורה צום קידושא רבה, א איד האט געהאט אזעלכע ניסים, גיי זאג אים אז קיינער דא אין שוהל איז נישט אויסען צו הערען זיינע דריקענישען ווען מען איז עוסק אין די מצוה פון סעודת הודאה. בין גברא לגברא זענען צוויי פריינט פון בעל הקידוש ארום געגאנגען פרעגען ווער עס האט א ברוינפען שטאפער עפענער. הכלל, נאך איידער דער גבאי האט געהאט א שאנס אויסצוריפען דער קידוש, נאך אינמיטען ברכת כהנים און מיר אלע אייניקלעך פון שבעת-הריגעל האמיר געטרינגען לעילו נשמתו, זיך גיט אנגעגעסען מיט פעטע גאלע, אייער קוכען און זאלציגע הערינג. ווי דער שטייגער ביי חסידים האבען אפאר היץ קעפ אריין געברענגט אין שוהל זייערע טעפ טשאלענט שטאלצערהייט, זאל איעדער עסען אין ווערען זאט, כמנהג הקדמונים אן לעפלעך, אן טישטיכער, מען האט זיך געריסען נאך די טשאלענט כאילו עס איז מוצאי תענית. א גרויס טייל קאנטרי האט אפילו נישט געוויסט ווער עס איז דער בעל הנס אבער יעדער האט זיך געפילט ווי א מחותן, ויאכלו ענבים וישבעו. אן אלטער איד וואס איז געקומען צו זיין זוהן צו גאסט גיט א פרעג ולשמחה מה זו עושה? זאג איך, זיי האבען ליעב דעם שבת קודש! גיי די אינגערמאן, דעם טשאלענט האבען זיי ליעב!. דער איד האט מיט גרויס תמימות אראפ געקליבען אלע ספרים פון טיש, און זאגט איבער צו זיך אליין בלשון בתמי' דעם שבת האבען זיי ליעב? גייטץ אהיים די ווייבער זענען הונגעריג. צום סוף האט דער מגיד פון שוהל יא געמאכט שטיל און געזאגט א משל מיט א נמשל איבער דעם ענין פון גיבור כארי ורץ כצבי, מען דארף זיך מקבל זיין צו זיין א רץ כצבי. איר ווילט הערען די גאנצע?

חתן דינן איז היינט געקומען אין שוהל מיט די זיידענע בעקיטשע ווי צו א ברידער'ס חתונה. צום קידוש האט ער אויסגעטון דעם טלית, ער האט נאר געוואלט מען זאל זינגען ווארימע ניגונים, אבער נישט סתם ווארים ער זאגט אז ר' שלמה קארילבאך'ס ניגונים טוט אים שטארק ערוועקען צו שפירען א טעם אינעם שבת קודש און מיר אינגעלייט האבען זיך געשפירט פארפליכטעט צום בעל הקידוש, האבען מיר געזינגען און חזונ'יצט, ער זיצט מיט'ן ספאדיק די אויגען פארגלייזט און אנגעזאפעצט, ער רומט מיר אריין אין אויער אז ער פילט ווי ער ליגט יעצט אויף די אויבערשטע באנק אין דער שוויץ און באקומט א גיטען מאסאדזש אין רוקען. גיי פארשטיי א פולישע קישקע. וויפיל מיר האבען אים געבעטען ער זאל אונז זאגען ווי דער נס איז געשעהן (זיין קאר איז אומגעשעדיגט) ער טעהנ'עט בגילופין אז ער קען נישט רעדען דערוועגען אין א מקום קדוש. איך האב א שטיקעל השגה ווער די הערש איז געווען.

איר ווייסט, כ'האב שטארק ליעב צו באטראכטען ווי אנדערע האבען פארגענוגען. איין בעל בשר אין קאנטרי, יעדער רופט אים דער רויטער, האט זיך אזוי אנגעשאשקעט ביים קידוש, מען האט אים געמיזט אהיים פירען מיט 2 שמשים ער האט נישט אויפגעהערט צו שרייען אויף זיינע קינדער גייט'ס אהיים זאגט'ס פאר מאמי אז די טשאלענט פון מיסיס הארטשטיין איז דעלישעס. א צווייטער וואס איז געווען אויף גאסטעריי שבת ביי אונז אין קאנטרי איז ארום געלאפען יעדען פרעגען צו וועם מען דארף רעדען וועגען קומען אין דער קאנטרי מערצעשעם נעקסטעס יאר. דער בעל שמחה האט יעדען איבער געלאזט אין אהיים געלאפען איבערלאזענדיג דאס גאנצע חאזעריי. דער גבאי האט געזאגט מער וועט ער דאס נישט צולאזען.

נאך די ארבע כוסות זענען מיר געגאנגען צו די סעודה. די קינדער זענען אלע געווען אין די גלידערען, די געשרייען און קריגערייען עד לב השמים, מען האט געשלעפט די גרויסע הילצערנע בענקלעך ארויף אויפ'ן פארטש. זאל טאקע כל הקהל הקודש זעהן אין וויסען אז מיר האבען אסאך פאן. מען האט שוין איינגעטיילט די זיצען אלע קאזינ'ס יעדער וויל זיצען נאר דארט ווי דער צווייטער זיצט. אונזער טיש אופען פארטש האט אינגאנצען דריי שוואכע דארע פיסלעך, מיין שוואגער זאגט איך זאל פרעגען א שאלה צו מען מיז אנפילען דעם בעכער ביז'ן טאפ אויב מען איז זיכער אז עס גייט זיך סייווי אויסגיסען פונעם טיש געשאקלען. ביז מען האט זיך דערזעהן ביידע משפחות זיצענדיג אלע אויף די פלעצער זענען מיר שוין ווידער הינגעריג געווארען. מיר האבען זיך ארום געטענהט ווער עס מאכט די בעסטע בארכעס אין די מאונטענ'ס, אפילו דאס קליינווארג האט געהאט א מיינונג, מיין ניכטע זאגט אז באבי מאכט די בעסטע חלה. די אייער מיט צוויבעל האט די שוועגערען אזוי באזאלצען אז עס איז איבער געבליבען אומבארירט. זי לייגט אריין העלפט אייער אין די טשאלענט עס זאל ווערען טונקעל ברוין, איך גלויב אז א גרויס חלק כלל ישראל האט דאס זייער ליעב. מיר נישט. מיין טרייסט איז געווען איהרע טשאלענט. די טשאלענט איר'ס ווי גיט עס האט געשמעקט האט עס פארט געהאט א טעם פון די שוויגער'ס טשאלענט, מסתמא קען איר מאן נישט פועל'ן זי זאל אויפהערען אריין צו לייגען ווארשטלעך אין קעטשאפ. דאס אליין האט מיך פאראיבעלט. גרעיפ דזשוס האט זיך געגאסען ביי דער סעודה ווי מים שלנו. געלויבט איז ג-ט פארען ראטעווען דעם אינגערמאן מיט'ן ספאדיק וואס האט אהער געשטעלט אזא שיינער קידוש אזוי זענען מיר כאטש געגאנגען מקיים זיין דעם שינה בשבת נישט אינגאנצען אויף א ליידיגען מאגען. מיין שוואגער האט געשלינגען טאמ'ס און געדרימעלט. די רויטע מעלוינע האט מען פארגעסען אויפצושניידען.

שבת מיטאג ביי אונז אין קאנטרי איז איינגעפירט אז אלע פארלעך גייען שפאצירען ארויף און אראפ. די מענער מיט הוילע טלית קטן'ס, די פרויען מיט ספעציעלע-פאר שבת נאכמיטאג- דאסטער'ס. פארהאן וואס זענען מקפיד צו עסען ניסלאך, ווען די טאש איז ליידיג פון קייאכטץ מאטריאל גייט מען שלאפען.

ווען נישט איך זאג מיין שוואגער אז מיר האבען נישט קיין אייז קריעם אויף שלוש סעודות קומט ער פראווען די דריטע סעודה אויך ביי אונז אויף'ן פארטש. אבער אז ס'איז נישט דא קיין אייז קריעם גייט ער ליבערשט אהיים און קייעט זיינע פאפיטעס, און ווען נישט מען הערט שוין ארויס דאס זמירות געזאנג פון שוהל וואלטען מיר אלע פארביי גייער דערטראנקען געווארען מיט זיינע פאפיטאס שאלאכטץ.

שפייז צו נאכטס, איז דאך א גרויסע מצוה צו עסען פיצא אדער ווי מיין ראש ישיבה פלעגט דאס רופען איטאליענע קיגעל. די וואך, נישט ווי די פארגאנגענע וואכען, וועלען מיר פארען קיין סוואן-לעיק קויפען פיצא. ווייל קיינער מאכט נישט אזוינע גיטע פיצא ווי יענער אין סוואן-לעיק. אזוי האט אליין מעיד געווען מיסיס שטיינזאלץ וואס האט פארזיכט פון די סוואן-לעיק פיצא יענע וואך. געזאגט און געטון מיר זענען אין די קאר, אלע צוויי משפחות אין מיין מיני ווען, די קינדער אין פעדזשאמעס, די 2 שוועסטער קוקען ניטאמאל ווי מיר פארען, זיי זענען אצינד פארנומען דורך צו רעדען פארוואס די משפחה פעקעטע פון באנגעלוי 41 מופט נאך נישט? זייער ברידער אין מאנסי האט דאך לעצטענס היבש מצליח געווען. מיטאמאל ווערט מיר שווארץ פאר די אויגען א פאליציאנט מיט רויטע בליטשקע'דיקע לעמפלעך האט זיך פארגליסט מיך אפשטעלען. נאר פון זיינע ריזיגע וואנצעס - וואס האט נאך נישט טועם געווען דער טעם פון א גאהל מאשין- כאפט מיר אן א ציטער. ער זאגט אז יעצט ווארענט ער נאר אבער נעקסט טיים "יא וויל געט ע טיקעט פאר ספידינג אן 30 אין ע 15 מייל זאון". טענק יא אפפיסער". ווארטענדיג אזוי אין די ליין האב איך געטראפען אן א שיעור ידידים, יעדער בלי יוצא מן הכלל פרעגט דאס זעלבע "אה שלום עליכם יאנקעל אין וועלכע קאנטרי ביזטו? דא אין סוואן לעיק? גאנץ זימער אדער נאר די צווייטע העלפט? יא, גאנץ זימער! ניין, נאר געקומען דא פאר פיצא! אקעי טעיקעיר, גיטע וואך. ווי גיט קען שוין זיין פיצא אויפען פוהלען מאגן?

מיינט נישט אז די צוויי צדקה גייער האבען פארגעסען פון מיר די וואך, יעדע וואך מוצאי שבת גייען צוויי אינגעלייט ארום מיט א רעסיט ביכעל און פארלאנגען די צוגעזאגעכטצער פונעם אפיעל ש"ק. די ערשטע צוויי וואכען האב איך געמיינט אז דאס איז א צופאל, ביז איך האב זיך צוגעוואונט אז מוצאי שבת ווען איך הער 2 מילדע האקעס אופ'ן טיר ווייס איך שוין אז די שנארער'ס זענען ווידער דא. די וואך האב איך געזעהן צוויי אנדערע מרה שחורה'עניקעס מיט א פעדער אין האנד קומענדיג צו מיין באנגעלוי, איך זאג זיי קומט צוריק מארגען. נישט ווייל איך בין נישט פון די גרויסע חסידים פון די מוסד אין א"י וואס מיר אלע ווייסען אז עס איז מער לופט ווי טייג נאר ווייל איך דולד נישט אז זיי גיבען מיר נישט דעם אפשען פון זאגען ניין, זונטאג צופרי אין שוהל שטייט איינער פון זיי און פרעגט מיך ווי אזוי הייסטו אופען ערשטן נאמען? גרייט צו שרייבען דער סך. איך זאג אים קום צוריק פרייטאג און מיט דעם לאמיר האפען צו השי"ת ער וועט מיך לאזען מנוחה.

די וואך מאנטאג קומט אהיים מיט מיר אין שטאט די רעבעצין זאל זיין געזונד, זי האט וויכטיג'ס צו ארלעדיגען אין שטאט, אריין כאפען אן אפוינטמענט ביים שייטעל מאכער. אויך דארף מען זעהן צו די סטאר'ס האבען שוין אריין באקומען די ווינטער זאכען, עס העלפט נישט די אינפארמאציע פון די פארבליבענע שכינים מען מיז זיך דאס אליין איבערצייגען. מען דארף אויך אויפרוימען דאס הויז און נאך אלעמען דארף מען זיך אביסעל אויסטשוכען פון זיין איינגעשפארט אין קאנטרי, די קינדער זענען צוטיילט, נישט פארגעסען אלעס טוט מען פאר די קינדער. זי פרעגט מיך אזוי אויפ'ן וועג צו איך וואלט נישט געטראכט פון קויפען א ווינטערייזד באנגעלוי מען דארף ווייניגער שלעפען. גיי זאג איר איך צייל פשוט ספירה נאך אפאר וואכען פארבליבען.

דאנערשטאג צופרי רופט זי מיך אן איך זאל נישט פארגעסען ארויס צו ברענגען גענוג קעש. מען דארף באצאלען 30 דאללאר אין פיש סטאר, 70 אין גראסערי, 250 נאך שולדיג אין דעי קעמפ, 25 פאר טריפס, 20 פאר קאנטין אין דעי קעמפ. נאך 550 שולדיג פאר די באנגעלוי. ברענג אויך כאטש 100 דאללער פאר די שוועסטער, וואס פארט אריין אין שטאט די קומענדיגע טעג זי וועט קויפען ווינטער מציאות. אין עס גייט זיין די קומענדיגע וואך א טשייניז אקשען איך האב צוגעזאגט 50 דאללאר. סי צדקה, ביזט מסכים? כ'האב א ברירה? ווי האלט מיר? איך פרעג איר איך דארף שוין א קאלקעלעיטער? ניין, בעט דיין באסס א רעיס? איידער איך פארגעס, כא געבארגט פון די שכנ'טע איר ספיד בייק פאר משה'לע און ער האט עס צובראכען. מען דארף איר קויפען א נייע.

רבוש"ע אזויפל אומגליקען געשעהן דעם זימער לאמיר האבען אביסעל נחת, איך זאג ערליך תפילת הדרך, די וואך זאג איך די אלע פסוקים ויעקב הלך לדרכו מיט גרויס כוונה, איך פאר דורך ביים הייוועי איך נעם ארויף צוויי אידען וואס זאגען אז זיי גייען ממש לעבען מיין קאנטרי אין וואודבארען, וואס ווייס איך? א חוץ מיין קאנטרי און וואל-מארט ווייס איך גארנישט. א גאנצער וועג האבען זיי זיך געדינגען איבער דעם געפאלענע חינוך היינטיגע צייט מען לערענט מיט די קינדער ווייניג מוסר. וויפיל דער איד א' האט פרובירט צו כאפען א דרימעל, האט איד ב' געהאלטען אין איין אויפוועקען, נא וואס זאגסטע? וועלענדיג צולייגען מיינע צוויי סענט. זאג איך דעם איד א', איר זעהט נישט דער איד דא וויל שלאפען לאזט אים געמאכט. זאגט ער, איך רעד אסאך איך וויל מאכען זיכער די שלאפסט נישט איין ביים רעדעל. איך זאג אים באלד צינד איך אן דזשאן בעטשלער און איר וועט אויך וועלען איינשלאפען. הע וואס זאגסטע? איך בין נישט קיין בעטשלער. 15 מינוט איידער מאנרוי און זיי דינגען זיך ווידער, זיי ווילען ביידע צאהלען (די 75. סענט) טאהל ביים טראוועי. ביז זי זענען געקומען צו א פארשטענדעניש צו צאהלען בשותפות. ווען זיי זעהן אז איך בין דורך מיט איזי פעסס, שלאג איך זיי פאר צו צאהלען די געז. ביידע האבען אנגענומען א שווייגעניש.

אום האלב איינס אזייגער בין איך פארטיג צו בלאנדזשען און אפטראגען די אלע אידען צו זייערע בענקענדיגע הויז געזינד. ביידע אידען האלטען שוין זיכער לאנג נאך המפיל ווען איך פאר אריין אין קאנטרי צו א פארשלאסענע באנגעלוי. זי האט מורא פון א בער. זיך שעמענדיג הויעך צו האקען, קאל איך אריין ווי א גנב צו מיין אייגען הויז, מידערהייט עפענט זי מיר די טיר מיט א האלבען שמייכעל ווי איינע וואס וויל זאגען, נו שלימזל ביזט אנגעקומען? איך שטיי אויף צופרי ווען די קינדער קומען שוין באלד אהיים פון דעי קעמפ, די פלייש איז פארדארבען ליגענדיג אין קאר א גאנצע נאכט, די קינדער האבען אליין ארויס געשלעפט די פרייזעס פון קאר. זי האט בודק געווען די טאשען אין געטראפען גענוג גרינס צו קויפען א פיינעם פרישטאג וואס האט מיר געגעבן מוט אנצוהייבען דעם טאג. איך וועק זיך אויף צו דער געשריי פון די קינדער פארוואס איך האב זיי נישט אויפגעוועקט נעכטען ביינאכט. און טאטי טראג אונז שווימען. טאטי טראג אונז אויף א רייד, טאטי מען דארף גיין פיקסען די בייק'ס, טאטי מיין רבי שלאגט מיך א גאנצע וואך, טאטי די הויז זעהט נאך אויס די זעלבע? טאטי ווען פארט מען שוין אהיים? איך וויל אויך וויסען.

די ניין טעג הייבען זיך אן קומענדיגע וואך, מען וואשט וועש ליכטיגע און טונקעלע, איין מאשין לועד נאכ'ן צווייטען. גאלוינען רינעדיגע זייף פליסט אריין און די נייע וואש מאשין. א מייל אוועק פון קאנטרי און איך שמעק שוין דער גערוך פון אלע ערליי בליעעטש און געוואשעריי שמעקעריי. גיטע פריינד, נייע און אלטע קומען פרעגען די זעלבע קשיא. ווי האלטסטע מיטן וואשען? א טייל אידענעס שפאצירען דורך אונזער באנגעלוי און שרייען אריין די פרוי'ס נאמען (לאמיר זי אנרופען יוטעל), זיי ווארטען ניטאמאל אויף א ענטפער נאר הייבען אן דרש'נען. היינט צופרי שרייט איינע פונדרויסען, "יוטל ווי האלטסטע מיטן וואשען? נאך איידער זי באקומט א ענטפער, פארציילט זי "איך בין שוין פערטיג"! און שפאצירט ווייטער. גייט נישט דורך 5 מינוט און יחנה נומער צוויי שפאצירט דורך און שרייט אריין, יוטל! יוטל! ביזט דארט? עס קומט נישט קיין ענטפער זי קומט ארויף אין פארטש און האקט אויף די טיהר יוטל! ביזט דא? ביזט שוין פיניש מיט די לאנדרי? איך קום צום טיהר, ניין! זי איז און גראסערי, זי גייט ארויס פון פארטש און רעדט צו זיך אליין, איי עם אלל דאן! אויך, אלע אידענע'ס ווילען וויסען וואס די שכנ'טע מאכט פאר סאפער, הימעל און ערד מיט מילעכיג'ס. איך גיי אריין אין גראסערי, אלע מיט דעם זעלבען פזמון "וואס מאכסטע פאר סאפער? אלע שטייען ביים אפענעם פריזער איינע פרעגט דעם צווייטע, וואס זאגסטו? די קינדער וועלען דעס ליעב האבען? איך הער ווי איינע פון די נשים צדקניות פרעגט דער גראסערי מאן, "אנטשולדיגט איך בין אזוי נאויזי באט וואס האט מרת. בלומענקראץ געקויפט"? איך רוף זיך אן איר ווילט מאכען וואס די קינדער האבען ליעב אדער וואס די שכנ'טע מאכט?

היינט פרייטאג ערב ראש חודש אב זי וויל נישט גיין קיין וואל-מארט, איך פאר היינט אליין רואיגערהייט איינקויפען די חלות און קאקאש-קעיק. אויך דארף מען היינט אריין כאפען צו שווימען וואס מער און פערטיגען די לאנדרי פאר די 9 טעג. איך פאר דורך א יארד-סעיל איך טרעף דארט מיין חבר ער טראכט פון קויפען א געניצטער עקסערסייז-בייק, איך פרעג אים צו וואס טויג דיר דאס אזוינס? "איך ווייס אליין נישט אבער איך קען דאך נישט אוועק גיין מיט ליידיגע הענט, דאס קוקט אויס צו זיין כמעט אומגעניצט, עס איז 70% אףף". איך האב שוין איינוועגס געקויפט אפאר אלטע סאפט-קאווער'ס, דעם שבת וועט זיין אין וואס א בליק צו טוען.

איינע פון די פלעצער ווי איך באזוך יעדער פרייטאג אן אויסנאם איז דער גאז סטעישאן. יעדע וואך פרייטאג מיטאג פאר איך צום סטאנציאן אנפילען די קינדער'ס בייקס מיט גאז. די וואך איז נישט קיין אויסנאם.

די וואך זענען כמעט אלע קעמפ קינדער אהיים געקומען אויף שבת צו די בענקעדיגע מאמע'ס, אפגעברענטע פני'מער און פארשמירטע שבת שיך זאגען עדות אז דער קינד קומט יעצט פון קעמפ.

פרייטאג צו נאכט'ס מיין שכן וואס האט א טוץ מיט קינדער און אלע ארימיגע קעמפס, פארהערט יעצט זיין 11'יעריק אינגעל צווישען שטילע און הויכע שמונה עשרה, ער יכול'ט אוודאי נישט, דער טאטע שטויסט אים ווען נישט מע דארף שוין זאגען נקדישך וואלט שוין נישט געווען ווי צו ציפען. דער אינג זאגט פאר'ן טאט'ן "קיינער קען נישט, לאמעך אפ".

דעם שבת אין שוהל האט זיך געטון אויף טישען אין בענק ווען דער שמש מיטן גבאי האבען זיך געאמפערט צו מען מיז ארויס נעמען צוויי ספר תורות, דער גבאי האט געזאגט אז זיין אינגעל האט אים אזוי נאך געזאגט בשם זיין רבי אין חדר. דער שמש האט געטענה'ט אז עס פעלט נישט אויס, ר"ח לייענט מען פון פרשת פנחס עס איז נאר צוויי סדרות אוועק פון פרשת מסעי א שאד צו שלעפען צוויי ספרים. סיי ווי קיינער וויל נישט גיין הגבה. סיז א גאנצער שלעפ. ווי נאר עס טוט זיך א געראטשקע אין שוהל ובפרט שבת ראש חודש ווען אסאך פרויען קומען אין ווייבער שוהל, איין אידענע האט געהערט א געטומעל האט זי געשריגען הצלה, מער האט נישט אויסגעפעלט די גאנצע קאנטרי איז געווען אויף רעדער. מיין משה'לע איז שנעל געקומען קוקען צו איך בין אקעי, למעשה האט דער שמש אויסגעפירט און מען האט נאר געלייענט און איין ספר דער גבאי האט געשווארען נקמה. א גאנץ לייענען איז ער געשטאנען איבער א טוץ מיט ספרים און זיך געדינגען מיט איעדען בר בי רב דחד יומי. ביז דערווייל קומט דער גבאי צו מיין ריכטונג עס ווערט מיר פינצטער וואס וויל ער פון מיר? ביזט א ישראל? יא? אקעי ווי אזוי רופט מען דיך אויס?

ביי מי שבירך וויל ער נישט זאגען צוה לברכם, זאג כאטש עפעס צו בלי נדר, איך מאך זיך טויב און ער מיז אראפ לאזען דאס געווער. אין די סיטי ביי אונז אין שוהל ווי איך מאך די מי שבירך'ס איז דא א איד וואס יעדעס מאל ביים עולה זיין זאגט ער בעבור שיתן מתנה לביהמ"ד, איינמאל זאג אים, הערט אויס, איך בין מסכים איר גיט א מתנה איך וויל נאר וויסען אויב איר קענט דאס ארום רעפען אין א שיינעם רעפינג פעפער. זינט דעמאלס איז ער זייער אנגזויערט אויף מיר.

מוסף איז געווען צוויי מנינים, פארשטייט זיך אליין, יעדער וויל נאר דאווענען מיט'ן מנין וואס ענדיגט קודם, דער בעל תפילה פונעם מנין אופ'ן פארטש האט צו שפעט אויסגעטרעטען, דאס גאנצע מנין איז צוריק אריין געלאפען אין שוהל. דער דרויסענדיגער בעל תפילה האט אויסגעטרעטען אין זיך דערזעהן אן מזומן, און געבליבען מיט די צונג אינדרויסען. ער האט געמאכט יעלות, דער גבאי זאגט אים, ברענג שלוש סעודות אין די נשמה וועט האבן די ריכטיגע עלי'.

די וואך איז געווען א מלוה מלכה פאר א רבי'ן וואס האט חסידים ביי אונז אין די קאנטרי, די צרה איז די חסידים זענען צוטיילט און זיי קענען זיך נישט פאראייניגען ווער עס זאל פארטרעטען דעם צדיק זי"ע. האט מען געמאכט צוויי מלוה מלכה'ס, נא ווער גייט אין שוהל און ווער אין פאליש? איז געבליבען ווי עס וועלען זיין מער חסידים די וועלען בלייבען און שוהל. למעשה זענען אנגעקומען 3 חסידים צו ביידען. מיט אזעלכע חסידים ווער דארף מתנגדים?

א גאנצע וואך איז געווען זייער רואיג אין קאנטרי, די קינדער האבען געמאכט תשעה באב בענקלעך, געהאקט מיט נעגעל ווי גרויסע לייט און פאכמייסטער, דערנאך עס אפגעפארבט מיט פלוסיגע שיך פיץ. נאכען אפמאכען איין אזא בענקעל האט די דיינ'טע פון קאנטרי געזאגט אז עס איז העכער 10 טפחים און מען טאר נישט דערויף זיצען. אויך זאגט צו אז מען טאר נישט מאכען א תשעה באב בענקעל ווייל עס ווייזט אז מען איז נישט בטוח אז משיח וועט זיך אנרוקען נאך פאר שבת. איך וואלט געוואלט וויסען אויב זי מאכט פיש אויף שבת, אז משיח קומט וועט מען האבען גענוג פונעם לויתן. מיין קליינער רופט מיך אויפע'ן סעל טרויעריגערהייט כדת מה לעשות. איך האב עס אים מתיר געווען כלאחר יד.

שמועסענדיג זינטאג צופרי אין מקוה מיט א חבר, פרעג איך אים וויפיל עס קאסט אים אפ די קאנטרי יערליך. זאגט ער מיר עס ווענדט זיך ווי די ב"ב האלט, פאר א יאר האט זי געהאלטען אין 8טען חודש, מען איז געזיצען אין באנגעלוי, צוויי חדשים און ערגעץ נישט געגאנגען, האט עס אפגעקאסט 2 אלפים ווייניגער ווי א יאר פריער. א יאר בעפאר איז זי געווען אין די גלידערען, געפארען געקומען. היי יאר האט ער לכתחילה געוואלט אויפגעבען דעם קאנטרי ווייל ער האט נישט קיין געהעריגען דזשאב אבער טאמער ער וועט עס אויפגעבען קען ער ח"ו פארלירען די חזקה אויף די באנגעלוי, גייט מען דאס יאר צוקראכטערהייט. דער באשעפער אין הימעל וועט שוין העלפען.

מען האט שוין געמאכט א יחץ אויפען זימער די גרעסערע העלפט איז שוין מיט א שמיץ אריבער, אצינד פאנגט זיך אן "מען דארף אנהייבען אהיים טראגען זאכען" יעדען זונטאג ביינאכט טראג איך צוביסלעך אהיים דאס האב און גוטס. איך פאק אן די ווען מיט אלעם גיטע'ן, און די באנגעלוי ווערט גרעסער. קודם די וועקיום קלינער, די במדבר חומש. דערנאך נעם איך אהיים אפאר האנטוכער און נאך אזעלכע וואס מען האט צופיל געברענגט. די וואך מאנטאג האב איך אהיים געטראגען אפאר קלייניקייטען למעשה האב איך עס געמיזט צוריק שיקען דינסטאג מיט א שכן, עס איז צוריק געווארען נוצבאר. איעדע נאכט אויפען טעלעפון לויף איך ארום אין אלע צימערען זיכען אנדערע חפצים ארויס צו ברענגען. נא זעסט נישט מיין דיקען סוועטער? עס איז אויף די לעצטע שעלף גאנץ אויבען קוק גיט, אקעי ווייסטע וואס קען זיין סע ליגט גאנץ אונטען. קען זיין עס ליגט אין גיטי'ס שטוב. סוף וואך ווער איך געוואר עס ליגט גאר אין דער קאנטרי.

זי רעדט זיך מיר אפ, עס איז נישט גרינג אין די קאנטרי, די קינדער שפירען די לויזע ווערטשאפט, זיי קענען טאן וואס זיי ווילען, טאנצען אויפ'ן קאפ, ווילען נישט גיין שלאפען (אליין), מערסטענ'ס נעכט עסט מען אייער שפייז מיט ראלל'ס אדער ברויט מיט באבעגענאש, סאפער-סנעק'ס פארשפייז, פאקסי פאפ'ס נאך שפייז. אינדערפרי ווילען זיי נישט אויפשטיין באצייטענ'ס. איך זאג איר, איך לאז זי אריין צוריק אין שטאט ווען אימער זי בארעכענט זיך. ניין! אלעס איז אקעי. "די לעצטע 4 וואכען איז עניוועי די מערסטע פאן" יעצט קומען נאך נייע משפחות.

מושי קאלט מיך היינט איך זאל אים ברענגען עפעס חיות-עסען. ער האט געכאפט סאלעמענדער, ער זאגט אז ווילאנג איך ברענג אים נישט א באקס וועט ער זיי לייגען שלאפען אין די וואנע.

די וואך האב איך געמיזט פארבלייבען אין שטאט ביז פרייטאג, ווי נאר די אלטע גיטע פריינד דערזעהן מיך פרייטאג אין שוהל, זיי שפרינגען צו, נא? ביזט שוין אהיים געקומען? אלע וואס בלייבען אינדערהיים זענען זיך מחזק, א מחי' דא אין שטאט, אמת? די גאסען זענען רואיג אין שטיל. א נחת ארויסצוגיין. דער אמת איז, זיי זענען גערעכט, דינסטאג נאכט בין געווען אין א גראסערי סטאר אויף ליע-ראסס ווען מיין ברידער מענדעל קאלט מיך אויפע'ן סעלעפון ער זאגט מיר ער איז ביי ליע-הופער איך זאל ווארטען אויף אים, איך שטעל זיך אויף אויף א מילך קעסטעל און שריי מענדעל! ער האט מיך תיכף געהערט פון יענעם עק. איך האב דייקא נישט א הויעכע שטימע.

איך פאר ארויס צום קאנטרי פרייטאג צופרי, יעדער וואס האט מיר געוויזען (דע פינגער) ביים הייוועי, ווי פארט איר? זאג איך "קיין פאפא שטעטעל"! איר ווילט מיט קומען? ניין! פטור. געניג געהאט פאריגע וואך.

ווער ווייסט וואס איך האב פארפאסט נישט זייענדיק אין קאנטרי דאנערשטאג נאכט, יא איך זעה שוין. דער שיינער איד אין קאנטרי איז מיך היינט מכבד צוגיין מיט אים בודק זיין דעם עירוב, ער רוקט מיר אריין א האמער אין ביזעם און דער מקח איז געשלאסען. איך האב זיך פרובירט ארויס צודרייען אבער ער איז נישט פון די וואס פארשטייען אויפען ווינק האב איך אים געזאגט אז איך טו דאס זייער גערען אבער נישט יעצט איך בין קוים אנגעקומען לאזט מיך אפדעכען. ער פרעגט מיך, ביזט ברוגז אויפ'ן עירוב? אבערוואז, פשוט דער איד מיין שכן רעדט זיך כסדר אפ איר רופט אים נישט צו די בדיקה. (געשאסען צווי האזלעך מיט איין קויל)

פרייטאג צו נאכט'ס זעה איך ווידער אפאר ניי געקומענע עולים, אצינד בין איך שוין פון די אלטע, איך פרעג איינעם, ביסטע געקומען פאר די צווייטע העלפט? ער קוקט מיך אן פון אויבען ארונטער, אנטשולדיגט איך בין שוין דא 7 יאר, דאס יאר בין איך געווען א בעל שמחה די ערשטע פאר וואכען.

צופרי אין שוהל אויף מיין שכן'ס געזיכט זעהט זיך שוין אן דער קומענדיגער תענית. ער איז היינט זייער פארכמורעט, נישט ווי שטענדיג, ער זאגט מיר גוט שאבעס מיט א האלבען שמייכעל. איך פרעג אים וואס האט פאסירט? ער זאגט איך קען נישט טראכטען פון נישט טרינקען קאווע זונטאג. איך האב אים געזאגט אז דער שו"ע איז מתיר פאר די וואס האלטען אין די הויכע חדשים. ביים לייענען דערקיטשע איך אים, וואס דאך? היינט צופרי פארציילט ער מיר, האב איך גערעכענט צו גיין אין סווימינג פאל אנשטאט די מקוה, שפעטער -פארציילט ער- כ'האב שוין געהאלטען ביים אריין שפרינגען און איך באמערק אז מים אין בו, מען האט דאס אויסגעליידיגט לכבוד די ניין טעג. א בראך.

שבת נאכמיטאג, איך קום ווייטער אן גענוג פרי צו הערען פרקי אבות פון דער אויבען דערמאנטער בעל דרשן, איינמאל פאר אלעמאל לאמיך שוין הערען דעם מגיד וואס אלע אין שוהל רעדען פון אים מיט אפשיי. קיינער איז נישט אין שוהל. איך האב זיך דערמאנט עס איז א נעבירה צו לערנען היינט. יעדער יאגט זיך עסען שלוש סעודות מיט די סעודה המפסקת, אלע דא אין קאנטרי ווייסען פונקטליך וואסערע סארט עסען איז דאס בעסטע איינצופאסטען. ווען איך פאלג ווען אלע שכינים עס איך ווען גרינע טרויבען מיט פוירפעל צוויבעל, וואדערמעלאן מיט אבעקאדוי, טשיז קעיק מיט מייערען, מילגרוים מיט סמייטע.

נאך מעריב האט דער גבאי אויפגעהויבען צוויי ליכט צו מאכען מאורי האש. אונזער רב וויל דווקא א הבדלה. איין וואלענטוער איז אהיים געלאפען אים צוליב טוען, ביז דערווייל האבען אלע געמאכט די מאורי אויף ווייסע ליכט אין געוואלט אנהייבען איכה. דער רב פרעגט פארוואס קענען זיי מיר נישט צוליב טון? איך זאג אים מען טאר זיך נישט נאכגעבען אלע תאוות אים תשעה באב.

מען האלט שוין טיעף אינמיטען די קינות, די בעלי בתים וואס שמעקען קיינמאל נישט אריין אין שוהל אין די וואכען טעג, זעה איך יעצט וואסארען סארט היט זיי גייען. אלע קינדער שלעפען תשעה באב בענקלעך, די מחמירים זיצען אויף דיקע האנטיכער אויף דער ערד, די ראבערנע קאלאטשען אויסגעטון און אוועקגעלייגט אינטערען טיש, מאכען זיך ווי זיי זיפצען אויפ'ן פארברענטען הויז. ווען מיין קליינער קומט אריין צופארען מיט א ביגוויל אין שוהל אריין. ער זאגט מיר איך זאל שוין אהיים קומען אים געבען א אייסעס פון פריזער. ווי איז מאמי? זי ווישט די אויגען ביי די מאמע'ס. נאך די קינות האב איך געפרעגט מיין נייער ידיד וויפיל אזייגער מען הייבט אן שפילען וואלי באל?

תשעה באב צופרי קלעבט זיך אין מיר אן מיין שכן טוב, דער וואס פארגעסט כסדר צו מאכען איין פיאה. ער וויל איך זאל אים היינט טראגען מיט מיין ווען באזיכען זיין בחור אין קעמפ, ווי איז דער קעמפ? ערגעץ אין ליבערטי, איר קענט די וועג? ניין אבער ער ווייסט אז מען דארף פארען דורך ליבערטי און מען קומט אן. פון 1 אזייגער קלאפט ער אין די טיהר יעדע האלבע שעה צו איך בין שוין אויפגעשטאנען. ער פארענטפערט זיך אזוי פאר די פרוי "איך וואלט שוין לאנג גענומען א קאר סערוויס נאר זיי ווייסען דאך נישט די וועגען. גיט זאגט זי אים, דא האט איר א נומער פון א קאר סערוויס וואס קען אלע וועגען, עס איז שוין מער נישט וויכטיג געווען צו פארען. איך פרעג אים ביי מנחה וואס איז געווען דער עמערדזשענסי? ער זאגט זיין זוהן האט געמאכט א נייער תשעה באב בענקעל און די הויזען האבען זיך פארהאנקעט אין נאגעל און זיך צוריסען, ער האט דאס געוואלט זעהן. פארדעם האב איך געזאלט פארען... תשעה באב ביי מנחה בעט מיך דער גבאי צו בארגען א פעדער, איך קוק ווי ער גייט צו צום מודעה וואס הענגט אויף די וואנט אז מען וועט דאווענען מעריב קוואדער צו 9 און דערנאך קידוש לבנה. ער שטרייכט אויס די ווערטער וועגען קידוש לבנה, די וועטער נביא האט שוין געזאגט פאר זיכער אז עס גייט זיין א וואלקען. איך האב געבעטען דעם גבאי'ן אויב ער כאפט יא די לבנה אינמיטען דער נאכט זאל ער מיך רייט אוועי אויפוועקען. א מזל ג-ט פארשאפט כלל ישראל אזוינע טרייע פארזארגער. ווייטער האט א איד א מזכה את הרבים געברענגט קיכען מיט קאווע פאר די אלע שוואכע אידען וואס קענען נישט אהיים שפאצירען ביז די באנגעלוי צו די ווארימע בלינטצע'ס. אלע פארגינער האבען געשריגען מע טאר נישט פאר הבדלה, אנדערע האבען געזאגט מע קען בעטען א בחור זאל מאכען הבדלה און מוציא זיין דעם רבים. יענע האבען זיך נישט געלאזט און געשריגען העכער עס איז בפירוש קעגען א רמ"א. נאך איידער איך האב אויסגעטרויטען שמונה עשרה האט שוין געפעלט א גרויס חלק פון די קיכען. לשנה הבאה בירושלים

די וואך האט געזאלט הייסען אז איך בלייב אין דער קאנטרי אויף אורלויב, נאר צוליב פאראויס געזעהנ'דיגע סיבות לייג איך אוועק די וואקעישען דעי'ס לכשירחיב.

מיין באלעבאס א איד פון אינטערלאנד, אין די הויכע פופציגער, פון די וואס גייען שוין אין באד-רום אן פארמאכען די טיהר. פרעגט מיך פארוואס איך בלייב נישט אביסעלע אין קאנטרי מיט די משפחה? איך לאז ארויס א טיפער קרעכץ, דעם פנים פאריקט אין א זייט. איך זאג אים איר ווייסט דאך ווי שווער סע אי דע מצב. איך שטעל אן א רחמנות'דיג מינע. איך קען דאך אים נישט פארציילען אז איך בין נישט אויסען צו באדען און פעמפערען א גאנצען טאג. אזוי? וואס קען איך העלפען יאנקעלע? זאל איך אפשר אנרופען די פרוי אויסרומען דיינע קוואלעפיקאציעס?. איך זאג אים, א וועכנטליכע צוגאב וועט זיין דער גרעסטער באווייז אויף מיינע קענטעניסען. זי פארלאנגט הארטע וואלוטע. ער קנייטשט צוזאם זיין העלער שטערען ווי די דאללאר'ס אין זיין הינטערשטע טאש, ער טוט אויס די גרויסע ברוינע ברילען און מיט'ן צוקראצטען הענטעל גריבעלט ער די אויער זייער שנעל און נערוועז. נאך לאנגע רייבערייען צווישען זיין יצר טוב און הרע, נישט לייכט איז אים אנגעקומען, ער האט נישט געוואלט זאגען ברחל בתך, ווי א שלעכטע בשורה מען מורמעלט עס אינטער. איך העל זעהן וואס עך קען דער טון, אקעי? ...."מערצעשעם די קומענדיגע פעידעי, מערצעשעם, אקעי?". עס איז נישט אזוי פויגעלדיג יעצט זימער ווייסטאך, אבער מערצעשעם, אקעי? עך וויל זאלסט זיין העפפי אקעי? כאדעך ליעב. אקעי? מיט דעם זעלבען בריללען הענטעל מישט ער יעצט אויף די קאווע מיט ציקער. איך וויל אים נישט ווייזען ווי שטארק איך פריי זיך, איך באדאנק אים מיט א חנופה -אויסגעמישט מיט ביטול- שמייכעל, בעסער ווי גארנישט, דער מצב איז דאך אומדערטרעגליך. ער קען מיך שוין, ער זאגט גיי רוף אן יוטעלע.

איך רוף אן די בעסערע העלפט מיט די פרייעדיגע בשורה. "ברוך השם א הינדערטער א וואך! ע