Fandom

קיינציקלאָפעדיע

מילתא דבדיחותא

46דפים באתר זה
Add New Page
שיחה0 Share

מילתא דבדיחותא

געווען אמאל א מלמד וואס האט געזעהן ווי זיין תלמיד מוטשעט זיך עפעס ארום מיט זיין נאניע (נאז!), דער מלמד נישט וועלענדיג אים פארשעמן אבער פארט געקענט באשטיין אז דאס זאל זיך זאפארט אויפהערן און קומען צו א פולשטענדיגע אפשטעלעניש, האט זיך אנגערופען ווי פאלגענד, בערעל, דו כאפסט אן א גוטע נקודה, איך האלט אבער אז דו קענסט גיין טיפער...


כ'האב געהערט פון א קלוגער איד,

אז יעדעס מאל ווען ער פארט אויף א פליגער, נעמט ער מיט א באמבע מיט זיך, ווייל די סטאטיסטיק ווייזט אז עס איז נאך קיינמאל נישט געווען צוויי באמבעס אויף איין פליגער...



א מאנס פערזאון איז: אויב זיין פרוי זאל איהם זאגן: נעווער מיינד איך וועל עס טוהן אליין, וועט ער איר לאזן.

די פרוי: ווען זי זאגט נעווער מיינד איך וועל עס טוהן אליין, און ער וועט איר לאזן, וועט זי ווערן באליידיגט און אנפאנגן בלאזן.

דער מאן: ווען די פרוי זאגט נעווער מיינד איך וועל עס טוען אליין און ער לאזט איר, און זי הייבט אן צו בלאזן, וועט ער איר פרעגן וואס איז יעצט? פארוואס ביסטו באליידיגט?

די פרוי: ווען זי זאגט נעווער מיינד איך וועל עס טוהן אליין, און ער לאזט איר, און זי הייבט אן בלאזן, און ער פרעגט איר וואס איז יעצט? וועט זי ענפערן אויב דו ווייסט נישט איז נישט, איך גיי דיר יעצט נישט זאגן,

דער מאן: ווען די פרוי זאגט נעווער מיינד איך וועל עס טוהן אליין, און ער לאזט איר, און זי הייבט אן צו בלאזן, און ער פרעגט איר וואס איז יעצט? פארוואס ביסטו באליידיגט? און זי ענפערט אויב דו ווייסט נישט איז נישט, איך גיי דיר יעצט נישט זאגן, וועט ער פרעגן: אז דו גייסט מיר נישט זאגען, פון וואו זאל איך וויסן וואס דא איז געשען? וואס דא גייט פאר?

די פרוי: אויב זי זאגט נעווער מיינד איך וועל עס טוהן אליין, און ער לאזט איר, און זי הייבט אן צו בלאזן, און ער פרעגט איר וואס איז יעצט? און זי ענפערט אויב דו ווייסט נישט איז נישט, איך גיי דיר יעצט נישט זאגן, און ער פרעגט אז דו גייסט מיר נישט זאגען, פון וואו זאל איך וויסען וואס דא איז געשען? וואס דא גייט פאר? וועט זי זאגען: OK מ'קען רעדן דערוועגן, איך גיי דיר זאגן.

דער מאן: ווען די פרוי זאגט נעווער מיינד איך וועל עס טוהן אליין, און ער לאזט איר, און זי הייבט אן צו בלאזן, און ער פרעגט איר וואס איז יעצט? און זי ענפערט אויב דו ווייסט נישט איז נישט, איך גיי דיר יעצט נישט זאגן, און ער פרעגט אז דו גייסט מיר נישט זאגען, פון וואו זאל איך וויסען וואס דא איז געשען? וואס דא גייט פאר? וועט זי זאגען: OK מ'קען רעדן דערוועגן, איך גיי דיר זאגן, וועט ער זיך באלד אנרופן: איך יאג זיך געפערליך צום שיעור, און איך האלט נאך פאר מנחה...

Ad blocker interference detected!


Wikia is a free-to-use site that makes money from advertising. We have a modified experience for viewers using ad blockers

Wikia is not accessible if you’ve made further modifications. Remove the custom ad blocker rule(s) and the page will load as expected.

ברחבי אתר Wikia

ויקי אקראית