FANDOM


@@@א "שמועס" לכבוד פורים@@@ בפקודת דעם חשוב'ן דיין, וברשות כל הקהל הקודש, וויל איך דא אויפטרעטן מיט עטליכע קורצע ווערטער בגודל קדושת היום הפורים הבא עלינו לטובה, וואס – ווי עס שטייט אין ספרים – שטייט דער טאג אין א געוויסע בחינה העכער ווי יום כיפור, וואס איז מרומז אין דעם יום "כ"פורים, אז יום כיפור איז נאר "צוגעגליכן" צום געהויבענעם יום טוב פורים, וואס אין פורים איז דאך געווען תשובה מאהבה, און מען האט פון פריש מקבל געווען די גאנצע תורה צוליב גרויס ליבשאפט צו השי"ת אויף די נסים וואס ער האט געטאן (כמבואר בגמ' שבת פ"ח ע"א)

באמת ווייס איך אפילו נישט וואו אנצוהויבן, זאל איך אנהייבן ביי די גאר וויכטיגע הלכות וואס יעדער איד ברויך צו וויסן, און ווייניג ווייסן אלע פרטים און דקדוקים וואס זענען קריטיש וויכטיג צו האבן יוצא געווען די מצוה בשלימות, אדער זאל איך אנהייבן ביי די חסידישע ענינים און תורה'ס וואס פרישן אויף דעם מענטש און גרייטן אים צו ער זאל זיין געהעריג מוכן ומזומן מקבל צו זיין דעם גרויסן און הייליגן טאג, וואס די ספרים זאגען אז די הארות און השפעות פון פורים ווענדן זיך אין די הכנה וואס דער מענטש מאכט פון פריער, און זיי זענען דאס מרמז אינעם פסוק "ויעש המלך כדבר ממוכן", וואו עס שטייט "מלך" אין די מגילה – איז דאך באקאנט – גייט דאס ארויף אויפן מלך מלכי המלכים, דער הייליגער בורא אין הימל, "ויעש המלך" = השי"ת איז משפיע אויפן מענטש די קדושת היום, "כדבר ממוכן" = לויט די הכנות וואס דער מענטש האט געמאכט צום יום טוב.


פארהאנען מענטשן וואס דרייען זיך ארום אין די טעג בעפאר פורים מיט נארישע דאגות און חשבונות, וואספארא סארט משלוח מנות זאל איך שיקן מיין בעל הבית, מיין שכן, זאל איך פארבלייבן אין שטוב, ארומגיין נאך געלט, מען שטעלט צוזאם ליסטעס פון גוטע אדרעסן וכדומה, דאס איז אלעס גוט און פיין, אבער מען פארגעסט פונעם עיקר: וויפיל אידן לערנען אדורך דעם "מגילת אסתר" אפילו נאר מיט רש"י? וויפיל אידן געבן א בלעטער (לערן) איבער די אגדתא בלעטער אין מס' מגילה? דאס גיבט דאך אריין גאר אן אנדערן טעם אינעם יום טוב.


לאמיר פרובירן די פאר טעג אויסניצן ווי עס באדארף צו זיין, זיך אנגרייטן מיט א זאפאס פון חסידישע ספרים, עס זענען דאך פארהאנען געוואלדיגע ענינים אין אלע ספרים אויף פרשת זכור, מחיית עמלק, די מגילה און די מצות היום.


דער דיין האט מיר בעצם געבעטן פארצולערנען א שיעור כללי אין הלכות פורים, אבער – אויסערדעם וואס עס איז שוין אביסל שפעט, און איך האב נישט די נויטיגע צייט זיך פארצוזען א שיעור כללי הלכה למעשה – איך גלייב אז יעדער האט א בית המדרש קבוע וואו ער דרייט זיך, און געווענליך קומען פאר שיעורים כלליים אין די בתי מדרשים, וואו דער עולם האט א געלעגנהייט צו הערן פון אן ערליכן איד וואס מען באדארף צו טאן.


אבער לפטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך אויסרעכענען עטליכע קלייניגקייטן, נישט בדרך פסק אדער הלכה למעשה ח"ו, נאר להערה בעלמא, זיך אויסצושמועסן איינער מיטן צווייטן, אויב איינער האט עפעס אן אומקלארקייט אדער צווייפל, זאל ער אריינפרעגן און איבערפרעגן, און אויב איינער האלט אז איך בין נישט גערעכט וכדומה, זאל ער זיך אויך אנרופן, יגדיל תורה ויאדיר.


איך האב דא אפגעשריבן עטליכע נקודות, אבער איך האב נישט קיין צייט זיי מסדר צו זיין געהעריג, איך וועל דאס אראפשרייבן לויטן סדר פונעם צעטל, ואין מוקדם ומאוחר בתורה:


1) לכתחילה זאל מען אינזין האבן נישט מקיים צו זיין די מצוה פון מתנות לאביונים מיט געלט וואס מען טיילט פאר צדקה אינמיטן שחרית דאווענען פורים אינדערפרי, ווייל מען האט נאכנישט געזאגט די ברכת שהחיינו וואס גייט ארויף אויף אלע מצות היום.

2) פרויען זענען אויך מחויב אין אלע מצות היום, אנגעהויבן פון מקרא מגילה, משלוח מנות, מתנות לאביונים און שמחה ומשתה. דערפאר ברויך מען אכט געבן אז די פרוי זאל אויך אליין שיקן משלוח מנות (לכתחילה זאל מען שיקן דורך א שליח, יוצא צו זיין די שיטות אז "משלוח" מיינט דורך א שליח), אזוי אויך זאל מען "מקנה" זיין פון פריער א סכום געלט פאר די פרוי, מען קען דאס טאן אויף פארשידענע אופנים, אדער זאל די פרוי אויפהייבן די געלט און דאס אליין קונה זיין, אדער (אויב מען האט פארגעסן דאס צו טאן) זאל איינער א פרעמדער דאס אויפהייבן און אינזין האבן זוכה צו זיין פאר די פרוי, דאן קען מען דאס געבן פאר מתנות לאביונים.

3) מתנות לאביונים קען מען נישט געבן פון "מעשר געלט", ("מחצית השקל" וואס מען פירט זיך צו געבן פאר די מגילה פורים ביינאכט [אנדערע געבן (אויך) צופרי] געדענק איך נישט אויב מען מעג געבן פון מעות מעשר), אבער די איבריגע געלט וואס מען טיילט אויס אום פורים (אריינגערעכנט געלט וואס מען געט פארן קינד'ס מלמד) קען מען אראפרעכענען פון "מעשר".

4) אלס חינוך ברויך מען אויך זען אז די קינדער זאלן געבן משלוח מנות און מתנות לאביונים, מען זאל זיי מקנה זיין געלט און משלוח מנות כדי זיי זאלן קענען יוצא זיין די מצוה.

5) "מתנות לאביונים" ברויך מען געבן פאר 2 ארימעלייט, די שיעור פון די נתינה איז לכתחילה וויפיל עס קאסט א סעודה (עטליכע דאלער), אבער בדיעבד איז מען יוצא מיט א נתינה פון א פרוטה.

6) פורים ברויך מען טרונקן עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, אויסער די אלע פשטים און רמזים וואס זענען געזאגט געווארן אויף דעם, זאל מען נישט פארגעסן פונעם פשוט'ן פשט: זיך אנטרונקן ביז מען וועט נישט וויסן קיין חילוק פון ארור המן און ברוך מרדכי...

7) אין טייל מקומות איז געווען אן ענין צו טרונקן "עד כדי הקאה"! ביז מען ברעכט! אויב ווילט איר מקיים זיין דעם מנהג, טרונקט זיסע וויין, בדוק ומנוסה. (איך טרונק געווענליך נאר זויערע וויינען, צב"ש "סאטורן" "פארט" און "גאלד" וויינען).

8) מען זאל אכט געבן נישט צו ווערן שיכור פאר "מנחה", מען זאל דאווענען מנחה, זיך וואשן צו די צווייטע סעודה, און דאן מאכן א גרויסארטיגן לחיים, (שטעלט א שומר זאל מיטבענטשן מיט אייך, און פארגעסט נישט צו דאווענען מעריב).

9) אין זידיטשוב איז געווען א גרעסערער ענין צו טרונקן פורים אויפדערנאכט – שושן פורים – ווי פורים בייטאג, דער הייליגער עטרת צבי זי"ע האט געזאגט אז ווער עס טרונקט אום פורים איז גלייך ווי ער וואלט געפאסט משבת לשבת, אבער ווער עס טרונקט אום שושן פורים, איז גלייך ווי ער וואלט געפאסט 2 מאל משבת לשבת!

10) עס איז א גרויסע ענין צו זאגען תהלים אין פורים, מען קען זיך אלעס גוטס אויסבעטן, ווי עס איז באקאנט פון קב הישר. אויך איז א גרויסע ענין צו לערנען, בעיקר צווישן די 2 מגילה ליינען'ס (כך ראיתי היום בספר), עס איז באקאנט אז דער פאטער פונעם אבני נזר האט זוכה געווען צו אזא זוהן ווייל ער פלעגט לערנען אום פורים און אין אנדערע זמנים ווען די מצוה פון לימוד התורה איז ווי א מת מצוה.

11) די ערשטע נאכט איז נישטא קיין שום ענין פון משלוח מנות אדער מתנות לאביונים, אבער עס איז יא א חיוב צו עסן א סעודה. (די וואס טרונקן זיך אן די ערשטע נאכט זענען סתם שיכורים...).

12) "כל הפושט יד נותנים לו", מען זאל געבן צדקה פאר יעדן וואס שטרעקט אויס א האנט, אן מאכן קיין אויסנאמען צווישן א ארימאן און א עושר, בחור, אינגל, אפילו פאר די נשים וואס שטייען אין גאס און בעטלן נאך א גראשן זאל מען געבן, און נישט פרעגן אויב זיי זענען טאקע נצרכים (און אפילו אויב זיי זענען גוים – ווי מאנכע טענה'ן – איז פורים נישטא קיין איסור צו טיילן געלט פאר גוים [הגם טייל פוסקים זאגן אז לכתחילה זאל מען זיי נישט געבן]).

13) די וואס הערן אויס די מגילה ליינען פון א חומש, זאלן זייער אכט געבן צו הערן יעדע ווארט פונעם בעל קורא, ווייל זיי קענען נישט איבערליינען פאר זיך א ווארט וואס זיי האבן פארפאסט.

14) עס איז א מנהג זיך צו פארשטעלן, בפרט בשעת מען עסט די סעודה (אזוי שטייט אין בני יששכר), און עס איז זייער שווער צו פארשטיין פארוואס מענטשן זענען נישט נזהר אין דעם מנהג ישראל תורה, מענטשן וואס לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער אויף אנדערע מנהגים (ווי צב"ש ערב פסח מצות, כפרות, און אזוי ווייטער און ווייטער) וועלן זיצן מיט זייערע שטריימל און בעקיטשע כאילו לא היה, כאילו עס וואלט נישט געווען פורים היינט, כ'מיין היתכן?? הישמע כזאת?? אזא גרינגע און פרייליכע מנהג און מענטשן זענען סתם נישט נזהר דערין צוליב פוילקייט אדער "בעסערקייט", עס "פאסט" זיי נישט, איך האב איין לימוד זכות אויף זיי אלע: זיי זענען א גאנץ יאר פארשטעלט!

15) דאס וואס איך האב געשריבן ר"ח אדר וועגן די ענין פון מאכן א משנכנס פון אן אמה על אמה צו פארדעקן דעם זכר לחורבן וואס מען לאזט איבער אומפארענדיגט אין שטוב, האב איך געזען אין ספר ימי הפורים (לרימ"ב ליבערמאן) בשם ספר ילקוט אברהם (ליפשיץ) סימן תרפ"ו.


איך וועל ענדיגן מיט א גוט ווערטל וואס איך האב נעכטן געהערט:

לכאורה איז שווער וואס האט זיך אחשורוש אזוי שווער געמוטשעט אויסצוגעפונען די אידענטיטעט פון אסתר המלכה? האט ער דען נישט געקענט זען אויף איר נאז אז זי איז א אידענע? (דער וואס האט געפרעגט די קשיא האט מן הסתמא נישט געליינט די מעלות לעצטנס, דארט זענען זיי מבאר מיט אן אינטש-מעסטער אז אידן האבן נישט קיין אנדערע נאז ווי להבדיל אנדערע פעלקער).


ענטפערט יענער גוטזאגער: דערפאר שטייט אין די מגילה "אף לא הביאה אסתר המלכה", די "נאז" האט זי נישט מיטגעברענגט...

איך שטעל דא ארויף א בריוועלע וואס 3X0 האט מיר נארוואס אריינגעשיקט אין דזשי-מעיל, וזה לשונו:

אזויווי איך קען נישט יעצט שרייבן אויף הייד פארק, וועל איך דיר שרייבן דא.

א גרויסן יישר כח פאר דיין שיינע דרשה לכבוד פורים, אבער איך האב אפאר זאכן אריין צו פרעגן.


1. קען מען מאכן א קטן פאר א שליח צו טראגן די משלוח מנות?

2. פארוואס קען מען געבן די געלט פאר די קינדערס מלמדים פון מעשר?

3. שרייבסט אזוי "די וואס הערן אויס דימגילה ליינען פון א חומש, זאלן זייער אכט געבן צו הערן יעדע ווארט פונעם בעל קורא, ווייל זיי קענען נישט איבער ליינען פאר זיך א ווארט וואס זיי האבן פארפאסט." ביזטי זיכער און דעם?

דא האסטו א גרינע מענטשעלע פאר דיין ווערטל

הצלחה רבה און א פרייליכן פורים

דריי מאל גארנישט

=עריכה

תשובה:

קודם כל, איך האב שוין מקדים געווען אז איך בין קיין דיין און קיין פוסק, און קיינער זאל זיך חלילה נישט פארלאזן אויף קיין איין זאך וואס איך האב געשריבן, איך האב נאר פרובירט ארויסברענגן נקודות וואס דער עולם זאל איבערקלערן און איבערשמועסן, און אז איינער וויל וויסן הלכה למעשה זאל ער פרעגן זיין מורה הוראה מובהק.

די תירוצים אויף דיינע שאלות: 1) פרעגסט גוט, איך וועל מעיין זיין (אויבנאויף ווייס איך אז די מנהג העולם איז יא צו מאכן א קטן פאר א שליח לגבי דעם, קען זיין ווייל עס פעלט נישט אויס ממש קיין דין שליחות, עס איז נאר מקיים צו זיין דעם "ומשלוח", ווער עס ווייסט עפעס מער דערוועגן ווערט געבעטן צו שרייבן).

2) יעדע געלט וואס איז נישט קיין חיוב צו געבן (למשל מתנות לאביונים איז א חיוב, קען מען זיך נישט פטר'ן דורך מעשר), קען מען דאס געבן פון מעשר, אדרבה, פרעג איבער דיין מורה הוראה דערוועגן און געב אונז איבער וואס ער האט גע'פסק'נט.

3) פארוואס קווענקלסטו אזוי? דו האלטסט אז מען קען יא איבערליינען א ווארט אינעם חומש? מען ברויך דאך האבן א כשר'ע מגילה, ניין?

א פרייליכן פורים קרעמער איך טאנץ אונטער פון פרייד זענעדיג אז סיקאכט זיך אויף תורה דא אין קרעטשמע, מי יתן והי' לבבנו זה כל הימים.

און איצט הערות אויף די דברים של טעם וואס דער קרעמער האט אויפגעברענגט,

מתנות לאביונים פאר קינדער אויב איז דא אן ענין פון חינוך איז אז זיי זאלן דאס געבן, אבער מקנה זיין פאר זיי האט נישט קיין שום פשט.

דער דאיען טרינקט דוקא יא זיסע וויין, ווייל ער גלייכט דאס, אז נישט איז א שאלע די בורא פרי הגפן, הגם סיז דא וואס הייבן אהן מיט זיסע און ענדיגן מיט טרוקענע, אבער דאס איז שווערער פאר דעם מאגן, צו מישן וויינען, אבער דער דאיען איז נישט אלעמאל מקיא, הגם אז פון די בר מצוה איז דער דאיען מקיים דעם עד דלא ידע בפשיטות, חוץ איין יאר וואס דער דאיען איז נישט געווען בקו, און וואו אויך ער"ש איז ער נישט אזוי פיל מרבה בשתי'.

ביינאכט איז נישט קיין חיוב צו עסן א סעודה, נאט אייך די דברי הרמא סימן תרצה סעיף א: ומכל מקום גם בלילה ישמח וירבה קצת בסעודה, אבער קיין חיוב איז נישט דא.

גוים דארף מען געבן פורים אויב זענען זיי פושט יד (רגל), די פוסקים וואס קרעמער ברעגט אראפ איז אויף א גאנץ יאר.

איבער דעם ענין פון פארשטעלן, ווייס איך טאקע נישט פארוואס פיל אידן פארלעצן די הלכה, אבער מ'זעט דאך אז צדיקים האבן זיך אויך אזוי געפירט.

איבער געבן פון מעשר געלט, געב איך פול רעכט פאר די הלכה פון קרעמער.

מאכן א קטן פאר א שליח צו שיקן משלוח מנות איז נישט אויסגעהאלטן.

איבער דעם וואס יאנאש האט געהערט ביים שיעור שבת, איז די רעכט מיט יאנאש.

ודי בזה כעת

Ad blocker interference detected!


Wikia is a free-to-use site that makes money from advertising. We have a modified experience for viewers using ad blockers

Wikia is not accessible if you’ve made further modifications. Remove the custom ad blocker rule(s) and the page will load as expected.

ברחבי אתר Wikia

ויקי אקראית