FANDOM


ווער געדענקט נאך...


ווען א ווייסע בארד האט געמיינט א מלחמה איבערלעבער...



ווען א "פובליק" טעלעפאן איז צוניץ געקומען פאר'ן פובליק...



ווען מ'האט גערעדט צו מענטשן אנשטאט צו מאשינען...



ווען ביי א "קידוש" איז געווען אויף וואס קידוש צו מאכן...



ווען "שנה" ראשונה האט זיך געענדיגט נאך א יאר...



ווען א "ספרים סטאר" האט פארקויפט בלויז ספרים...



ווען עס האט געדויערט צייט צו ווערן אן "עקספערט"...



ווען "צום ווידערזען" האט נאכנישט געמיינט " קענסט שוין גיין"...



ווען א "בעקעריי" האט נישט פארקויפט "בלויז" היימישע פראדוקטן...



ווען א "קאפקעיק" איז נישט געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאט דעים קאפ אויפן פלאץ...



ווען מענטשן זענען געווען מענטשן און אייער, אייער...



ווען "האלבע" שיך איז געווען האלב...



ווען "חול המועד" איז אדורך אן "חול המועד האלטן"...



ווען א פסיכיאטאר האט נישט געדארפט קענען אידיש...



ווען די פראגע "וואס הערט זיך מיט שלום בית" איז געווען א ווערטל...



חינוך האט נישט געהאט א פארבינדונג מיט "טעיפס"...



מ'האט געהאט חומרות פאר זיך און קולות פאר א צווייטן...



ווען "קאנטרי" איז נישט געווען א "מוז"...



דער חילוק צווישן א ספאדיק און א שטריימל איז געווען מערקבאר...



פרישע עסן איז געווען א מעלה און "אווערנייט" א חסרון...


ווען א רבי האט נישט געמיינט די צאל בילדער אין מאגאזינען ...


ווען עס איז נישט געווען קיין אינטערנעט ...


ווען יעדער האט געהאט נאר איין סעלפאון ...


ווען דער פאפירענער מילך פלעשל האט זיך צוריסן ביי מויל ווייל א קינד האט געעפנט ...


ווען אויף א שיף איז מען געפארן פון איין לאנד צו די צווייטע ...


ווען Windows האבן געמיינט פענסטער ...


ווען מען האט געגעסן ברויט מיט פוטער פאר פרישטאג ...


ווען מען האט צוגעגרייט צעהן ברעקלעך פאר "בדיקת חמץ"...


ווען מען האט אליין צוגעגרייט קנויטן פאר די חנוכה ליכט ...


ווען מען פלעג אליין צוגרייטן משלוח מנות ...


ווען מען פלעג באקוקן די סאלאט פון ווערים ...


ווען מען פלעג באקן "קאקאש קעיק" ...


ווען א גאלאן גאזאלין האט געקאסט 70 צענט ...


ווען עס האט געקאסט א דאלאר צו רעדן אויפן "קאר טעלעפאן" ...


ווען מען האט געבויט דעם Thruway ...


ווען קינדער האבן נישט געהאט קיין גלעזער ...


ווען א ישיבה איז נישט געווען בלויז "למצויינים" ...


ווען מען פלעגט איינטינקען די חלה אין "גרעיפ זשוס" ...


גאלדמאן'ס מילך ...


ווען א רבי האט געמיינט אן עהרליכער איד ...


ווען אן עהרליכער איד האט נישט געמוזט אויפנעמען מענטשן ...


ווען מען האט נישט געוואוסט וואס עס מיינט "פענטעגאן" ...


ווען מען האט געכאפט סאדאם כוסעין ...


ווען מען האט געהאט 3 קינדער אינעם הינטערשטן זיץ אינעם "סטעישאן וועיגאן" ...


ווען די New York Post פלעגן קויפן נאר גויים ...


ווען בעדפארד עוועניו איז געווען א טו-וועי ראוד ...


ווען די גויים זענען געגאנען מיט היטן ...


א כאפצעם (כאפט'ס אים) אין וויליאמסבורג...


ווען מען פלעגט זאגן "כ'האב געהערט" אנשטאט "כ'האב געליינט אויף היידפארק" ...


ווען ביי א חתונה פלעגן די געסט זינגען ...


ווען יעדער פלעגט ליינען "די אידישע ליכט" ...


ווען מען האט געוואוסט וואס "חסידות" איז אהן הסברים און לעקציעס ...


ווען א מחבר ספרים איז געווען א תלמיד חכם ...


ווען משפחה האט נישט געמיינט א פושקעלע קארן אדער א פלאש אויל אדער א מאגאזין...


ווען מען פלעגט נוצן דעם קאפ צו וויסן וויפיל עס איז 10X10 ...


ווען מען פלעגט בלאנזשען ביז מאנראו ...


ווען צו פארן קיין מאנטריאל איז מען געפארן מיטן 9W ...


ווען אלטע אידן זענען געפארן אויף פלארידע ...


ווען מען האט געדארפט קויפן א טעיפ ...


ווען מען האט געהאט קעש אין טאש ...


ווען מען האט עפעס געקענט קויפן פאר א קוואדער ...


ווען א שייגעץ איז געגאנגען אהן א קאפל ...


ווען צעהן טויזנט דאלאר איז געווען גרויס געלט ...


די צייטן וואס ווען מען האט נישט געהאט קיין געלט האט מען נישט געקויפט ...


ווען א Hot Cup האט געמיינט א הייסע גלאז ...


ווען מען האט געגעסן אייזקרעים בלויז אין די זומער ...


ווען עס פלעגן זיך צוברעכן גלעזער ביי א שבע ברכות ...


ווען מען האט געדארפט ווארטן א האלבע שעה די זופ זאל זיך איבערווארעמען ...


ווען די קינדער האבן געהאט וואס צו טוהן ...


ווען יעדער האט געהאט צייט ...


ווען מען האט געגעסן פסח "קארטאפל מיט אייער" ...


ווען מען האט געשמועסט איבער דעם "עפארדעבל חתונה פלאן" ...


ווען מען האט געדארפט גיין שבת מער ווי 2 מינוט צו א בית המדרש ...


ווען אויף LYNCH האבן געוואוינט גויים ...


ווען א לויער איז געווען א גוי אדער א פרייער איד ...


ווען א הוט האט מען געקויפט ביי סעלקא ...


ווען א Mouse האט געמיינט א מויז ...


ווען די ווערטער "דער פרעזידענט" האבן געהאט עפעס א חשיבות ...


ווען IPOD איז געווען "טערקיש" ...


ווען נאר "טאטעס" האבן גערייכערט ...


ווען 50 האט געמיינט א עלטערע יוד...


ווען 30 האט געהייסן מידל עידשז..


ווען א טאמאטע איז געווען רויט...


ווען קארן איז געווען געיל...


ווען באנאנעס זענען נאכנישט געווען רייף...


ווען 'געילע קעז' האט מען געקויפט אין אנטווערפן...


ווען קיין אנטווערפן איז מען געפארן מיט SABENA...


ווען אלטע יוד'ן האבן געהאט צוטוהן מיט די ריקן...


ווען יסורים זענען געווען שמערצן...



ווען סלייס-טשיז האט געהייסן שויט...


ווען בארביקיו טשיפס איז געווען חזיר-טרייף...


ווען די רבי'ס פלעגן שרייען 'אוסטא קוטשא פייא נעקי'...


ווען ארבעס האבן געהייסן זאכער-בונדלעך...


ווען זכור בונדלעך האט מען געגעסן בלויז ביי א זכור...


ווען באנקראטירט האבן בלויז גבירים...


ווען ס'איז נאך געווען א בושה צו באנקראטירן...


ווען מ'האט נאך געקענט בארגן געלט אן קיין ערב...


ווען א קאמפיוטער האט געהאט בלויז דער טראוועל-אגענט...


ווען אין גראסערי האט מען געוואויגען מיט א וואגשאל...


ווען פאר אפיקומן האט מען געבעטן א "זיגל מיט די נאמען"...


ווען אינעם זיגל איז געשטאנען 'לה' הארץ ומלואה'...


ווען פאר א חולה האט מען אויסגעזאגט גאנץ תהלים אין בית המדרש...


ווען עלטערע אידען האבען געהאט פאלטשע ציין...


ווען יעדער האט אויף געהויבען דעם קאפ ווען אן עראפלאן איז אדוירך געפארן...


ווען אויף א ווילטשעיר האט מען זיך אפגעשטעלט קוקן...


ווען אויף א צודרייטער האט מען געזאגט לא עלינו...


ווען קיין רוסלאנד איז מען געפארן מיט א פאלטשע פאספארט...


ווען א בריוו האט מען געשריבן מיט די האנט...


ווען ס'איז געווען א בושה צו זיין א געלינקטער...


ווען אויף א בר מצווה זענען געקומען צו פארן אלע פעטער'ס אין מומע'ס מעבר לים...


ווען פאר א חתונה האט מען זיך געבאדן און געלייגט שלאפן אז מ'זאל נישט זיין מיד...


ווען טאטע'ס האבן געקענט מער לערנען ווי זייערע קינדער...


ווען ס'איז געווען אך און וויי אויב מ'האט נישט געקענט ביים פארהער...


ווען מ'האט נאך געכאפט א פאטש פאר'ן נישט טייטלען מיט'ן פינגער...


ווען קינדער האבען אפגעגעבן כבוד פאר עלטערע אידען...


ווען פעטער'ס זענען געווען עלטער ווי זייערע נעפיו'ס...


ווען קיינער האט נישט געוואוסט וואס מיינט א עלטער-זיידע...


ווען א עלטער-זיידע האט געמיינט א יוד וואס זיצט אין א ווילטשעיר און קען זיך נישט אליינ'ס באהעלפן...


ווען קענסער האט געהייסן יענע מעשה...


ווען א איד האט געהאט יענע מעשה און די גאנצע וועלט האט געזאגט תהילים...



ווען א קנאי האט נישט געמיינט זיך קישען מיט אראבער...



ווען סאטמער פלעגט נישט גיין צום כותל...


ווען נאר ספרדים פלעגען שלאגען די ווייבער...


ווען די זיידע האט געבעטן א פאפירענעם גלאז...


ווען מ'פלעגט פאהרן צום קאנטרי האט עס געדויערט 5 שעה...


ווען עיר קאנדישאנס פלעגן ארבייטן נאר אויף 220V...


ווען מ'האט געזאגט "אינדערהיים" האט מען געמיינט יוראפ...

Ad blocker interference detected!


Wikia is a free-to-use site that makes money from advertising. We have a modified experience for viewers using ad blockers

Wikia is not accessible if you’ve made further modifications. Remove the custom ad blocker rule(s) and the page will load as expected.

ברחבי אתר Wikia

ויקי אקראית