FANDOM


דער פארלוירענר באל

א יאט קריכט אריין הינקענדיק אין דעם אויפנאם צימער פון א שפיטאל צעקלאפט און צעדראפעט און פארבלוטיקט, מיט אן אייזן ארומגעוויקלט אויף זיין האלץ.

נאטורליך, פרעגט אים דער דאקטער "וואס האט פאסירט מיט דיר?"

"כ'ווייס נישט" – ענטפערט ער – "כ'האב געשפילט א רואיקן גאלף מיט מיין וייבעלע, ווען מיט אמאל איז מיין גאלף באל שלעכט געשלאגן געווארן און איז אריינגעפאלן אין א נאנטן פעלד, ווי קי האבן זיך געפאסעט.

גלייך נאכדעם איז מיין וייב'ס באל אויך פארפלויגן אהין.

זעלבסטפארשטענדליך, זענען מיר ביידע אריבער זוכען די באלן. לאנג געזוכט, אבער ביידע באלן – ווי פארפאלן...

מיט אמאל באמערק איך, אז עפעס א ווייסע זאך שטעקט ארויס פון אונטען א שוואנץ פון איינע פון קי. איך גיי צו, הייב אויף דעם שוואנץ, און טאקע דארט אין מיטן ברייטן הינטן איז מיין וייבל'ס באל פשארטעקט. אז עס איז מיין וייבל'ס באל – וועגן דעם איז קיין צווייפל נישט געווען, ווייל אירע איניציאלן זענען געווען זיכטבאר.

און אזוי, אלץ האלטנדיק דעם אויפגעהויבטן שוואנץ אין דער לאפט, גיב איך א געשריי צו מיין ווייבל: טייערינקע, ס' זעט אויס פונקט ווי דיינער.

דעם אמת זאגן? איך געדענק ווייניק וואס, נאך דעם..."

ווירקליך פון פארום תפוז-יידיש