FANDOM


ר' אהרן טייטלבוים נאכן שבעה אויפשטעלן נאך זיין טאטע אין זיין הויז אין ווילאמסבורג. דאס ערשטע מאל מיט די ווייסע זאקן און זילבערנעם שטעקן.

ר' אהרן טייטלבוים שליט"א (געבוירן ה'תש"ח) איז אויפגענומען געווארן אלס סאטמארער רבי'ן דורך די טייל סאטמארע חסידים, וואס ווערן גערופן אהרונים. ער וואוינט אין דעם סאטמארער שטעטל, קרית יואל, ניו יארק. ער איז דער עלצטער זון פון ר' משה טייטלבוים, דער לעצטער סאטמארער רבי, פֿון וויליאמסבורג, ברוקלין, וואס איז א פלימעניק פון דעם ערשטן סאטמארער רבי, ר' יואל טייטלבוים, וואס האט געגרונדעט דאס שטעטל קרית יואל און די שטאט מאנרא, ניו יארק. זיין יונגערער ברודער ר' זלמן לייב טייטלבוים איז אויך א סאטמאר רבי, אנערקענט דורך א איבערוויגנדער רוב פון סאטמארער חסידים אין וויליאמסבורג וואס האבן זיך פארפיינטעט אין ר' אהרן'ס רעקארד, אבער ביי רוב חרדישע וועלט אינדערויסן פון סאטמאר איז אהרן מער אנערקענט אלס דער סאטמארער רבי צוליב זיין לאנגיאריגע רבנות היסטאריע און די וועלט האט זיך נאך נישט איינגעוואונט צו ר' זלמן לייב וואס איז רעלאטיוו פריש אין רבנות בכלל און אדמורו"ת בפרט. ער איז אן איידעם ביי ר' משה יושע האגער, דער וויזיניצער רבי אין בני ברק.

זיין ערליכקייט ער ווערט קריטיקירט דורך זיינע קעגנער אלס זייער א פראסטער און נישט ערליכער מאן, וואס איז נישט ראוי צו זיין א מנהיג ווער רעדט נאך א רבי אויף סאטמאר. ווידער זיינע חסידים האלטן אים פאר דווקא אן ערליכן מאן און א צדיק פונעם היינטיגן דור; טייל זעהן אין אים אפילו א הייליגער מאן, וואס איז די מערסטע ראוי צו זיין א מנהיג ישראל. זיין סאציאלע באנעמונג זיין סאציאלע באנעמונג ווערט אנגענומען אלס זייער גרויסהאלטעריש, שטייף און אומבאשיידן. עס פלעגט ארום גיין צווישן סאטמארער חסידים א זאץ פון ר' אהרן, וואס טוט אראפמאלן זיין כאראקטער, "דא בין איך רב: אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין". די לעצטערע יארן האט ר' אהרן א ביסל נאכגעלאזט פון זיין שטייפער כאראקאטער. קעגנערס זאגן אז דער טויש נעמט זיך פון דעם וואס זיין זיכערהייט אז ער גייט ווערן דער איינציגער סאטמארער רבי איז צושטערט געווארן, וואס דאס האט צוקלאפט זיין שטאלץ; זיינע חסידים, פון דער אנדערער זייט, זאגן אבער אז דאס נאכלאזן פון זיין אומבויגזאמען מהלך קומט ליבערשט דערפון וואס ר' אהרן שפירט אז דאס אויסשליסליכע אחריות פאר סאטמאר איז פון אים אוועקגעקומען.


רעדענדיג מיט א קינד. געוויסע אנאליטיקער זאגן אז זיין גאות און איגנאריזם איז מער א תולדה פון תמימות און פארמאכטקייט, אנווייזענדיג לויט זיי אז ער איז פון קינדווייז אן געווארן איזאלירט און נישט געהאט די עקספיריענס פון זיין מעורב בין הבריות און אזוי זיך אויסארבייטן די מידות, ווייל די עלטערן, ספעציעל די רביצין, האבן איהם באהאנדלט ווי א פרינץ, און מ'האט זייער אויסגערומט קעגן די אייגענע געשוויסטער. אינעם זעלבן נאטיץ, זאגן אויך אנאליטיקער, אז שפעטער ביי די מחלוקה, ווען ר' זלמן לייב איז געקומען קיין וויליאמסבורג צו אויסכאפן די ירושה פון ר' אהרן, איז עס בעיקר געווען צוליב די באהאלטענע ווייטאג און קנאה וואס איז געווען אנגעלייגט פון זיין יוגנט קעגן זיין עלטערע ברודער פון די אלע יארן וואס זיין טאטע האט געהאלטן ר' אהרן פאר א מיוחס און איהם באהאנדעלט מיט זיידענע הענטשעך און נישט אים. פארשטייט זיך, דאס אלעס איז בלויז השערות באזירט אויף די זייטיגע פאקטן. זיינע חסידים ארגומעטירן אז זיין שטייפער כאראקטער איז א תורה'דיגע מעלה, ווייל ער האט דורכאויס די יארן זיך געדארפֿט ספראווען מיט עלעמענטן וואס האבן געזוכט צו אונטערברעכן סאטמאר און זיין טאטן, ר' משה. דעריבער האט ער אלס קנאות און ע"פ הלכה זיך אנגענומען פאר דעם כבוד פון זיין טאטן און זיין עלטער-פעטער ר' יואל. זיין רעדן סטיל טראץ וואס כמעט אלע זיינע רעדעס זענען געווען מער איבער תורה און חידושים און נישט דוקא אקטועלע ענינים בדברים העומדים על הפרק, ווערט אבער ר' אהרן אידענטיפיצירט דורך זיינע קריטיקירער פון די פילע דרשות וואס ער האט במשך זיין לעבן שוין געהאלטען איבער קאנטראווערסיאלע ענינים און די וועג ווי אזוי ער האט זיך אויסגעדרוקט, טייל בענין פאליטיק, וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט מער ווי א סאלדאט ווי איידער א גענעראל, מיט לאזונגען און העצערייען פון מחלוקת וואס פאסט נישט, לויט זיינע קעגנער, פאר א איד, נאכדערצו א רב ומנהיג בישראל. דאס ווערט דורך זיינע קעגנער גענוצט ווי א פייל קעגן אים, אז ער איז נישט ראוי צו זיין א פירער, וויבאלד ער קען נישט אכטונג געבן וואס ער רעדט ארויס פון מויל. זיינע אנהעגערס פארטיידיגן אבער אלע דרשות אז עס האבן זיך אויסגעפעלט לצורך השעה און לצורך הענין, און אלעס איז נאר געווען לכבוד דעם טאטן ובשליחותו אים צו פארטיידיקן און נישט ח"ו זיך אליין. בעיקר ווערט ער לעצטנס קריטיקירט אויף רעדן בעניני צניעות און תאווה, וואס לויט זיינע קעגנער איז עס נישט קיין איידעלע אויסדרוקן, און צו שטארק גראפיק און פיגוריטיוו, וואס קומט דערנאך אן צו אינגע בחורים און מיידלעך שלא טעמו טעם חטא, און דאס טוט זיי אויפקלערן און אנרייצן צו זינדיגן לויט זיינע קעגנער. די ארונים עטנפערן אז דאס איז גוט און ריכטיק. לויט זיי, האט גאר די סאטמארע רבי זי"ע אויך געהאלטען אזוי אז אדרבא מען דארף יא רעדן אפען ברייט און פרטית'דיג פון די מנובלושע ענינים אפילו פאר אינגערע, כדי עס איינצוצוימען בעוד מועד, און אז מען זאלען וויסען פונקטליך די חומר הענין נאך פון קינדווייז אן, און נישט זיך אפהאלטן פון רעדן גראב אלס פחד פון מעורר זיין זייער תאווה ווייל ביי נאטורליכע זאכן וואס זיי גייען סיי ווי געוואור ווערן דורך פארדארבענע זאלן זיי ענדערשט דאס געוואור ווערן דורך הייליגע לייט, און לויט די ארונים איז דאך ר' אהרן פארשטענדליך הייליג. די קריטירער טענה'ען אבער אז דער פאקט איז נישט גענצליך ריכטיק, ווייל אמת די סאטמאר'ע רביס ר' יואל טייטלבוים און זיין ממלא מקום דער ברך משה האבן אפשר יא גערעדט פון די פראבלעם אפען אבער גאר אנדערשט. (עס איז א מחלוקת צו זיי האבן געלאזט די מלמדים רעדן אזוי, ר' ישעי' יעקב שטויבער שרייט אז יא, און רוב מחנכים אין סאטמאר האבן געזאגט אז ניין.) איך שיהיה ווען ר' יואל טייטלבוים האט כמנהג אבותיו יא געשריגן איבער צניעות איז דאס געווען שובבי"ם ביי די שלוש סעודות תורה בדווקא, ווען עס הערשט א געוואלדיגער פחד און יראת שמים אן קיין אפענקייטן נאר בלויז דברי תשובה והתעוררות פון יענע מעשה' בלשון רמז אן ברייטקייט אויף יידיש נאר מיט תורה פראזן און וויינערייען. דאס רעדן אזוי רואיג און שטארק אויף צניעות איז נאך דערווייל נישט געהערט געווארן פון זיי און דאס איז א נייער איינשטעל פון ר' אהרן, אבער וויבאלד ער דינט אנדערשט ווי זיין טאטע און פעטער וואס זענען בלויז געווען רעביס און אדמורי"ם נאר ער זעהט זיך אלס רב פון קרית יואל אויכט טוט ער ביידע זאכן און מער פון זיינע פארגייער, און אויך צוליב דעם וואס זיין דרך איז אנדערשט ווי זיי מיט דעם וואס ער איז מער ווי א תורה און קעמפער פאר אידישקייט ווי זיין פעטער, אבער אויך מער ווי א פשטן ווי זיין טאטע, איז זיך מתמזג ביי אים אט דער פרט אנדערשט און מער ארגינעל ווי זיינע פארגייער. ווי אויך איז דער דור נידעריגער פעלט זיך אויס מער פרטית'דיג מעורר זיין אויף גראבע זאכן וואס איז אמאל נישט געווען שייך. זיין סטייל פון רעדן ווערט אויך נשפע פון זיין מאדנער שרייען און גריזשען העכער זיין נאטורליכער קאנטראל, וואס ער איז אזוי געווארן צוגעוואנט צוליב דעם וואס ראשית יארן ווען ער איז געווארן רב אין קרית יואל האט מען אים געשיקט צו א קול טעראפיסט צו קענען דאווענען און יענער האט אים אריינגעלייגט א קול וואס איז מער געאייגענט פאר אפזאגן אליינס זיינע ווערטער ווי א שליח ציבור וואס דאווענט פאר טויזענטע אידן. און ער האט דאס שוין אנגעהויבן נוצן אויף נארמאל דעריבער ביי זיינע דרשות קומט דאס ארויס מיט אזא קעמפערישע און אנכי ואפסידיגער טאן, און דאס ווייזט לאו דוקא אויף זיין אמת'דיגער מהות. זיין פרומקייט


ר' אהרן ביי תפילת שחרית בקרב חסידי סאטמאר אין בני ברק. הגם ער איז אפשר מיט געוויסע זאכן א שטארק-פרומער אין פערזענליכן לעבן, ווי למשל ער גייט נישט קיין ברילן אין שבת ווי דער מנחת אלעזר, ווערט ער אבער דורך זיינע קריטיקירער אפגעמאלן ווי עמיצן וואס איז מער פאליטיש נאכגעבעדיג אין פֿרומקייטן, אין פֿארגלייך צו אסאך סאטמארער, וואס ווערט פֿארעכנט פֿון די פֿרומסטע געמיינדעס אין דער פֿרומער וועלט. די דאזיגע טעזע האט זיך פיל אינטערגעשטיצט אויף דעם וואס ר' אהרן'ס שווער, דער וויזניצער רבי פון בני ברק, נעמט אן א מער גרינגערע שטעלונג בנוגע מדינת ישראל און ציוניזם (כאטשיג ער טוט עס נישט אנערקענען), ער נעמט געלט פון די רעגירונג, נעמט אנטייל אין די בחירות, ער שיקט זיינע חסידים צו שטימען און זיך אנשליסן אין דער פֿירערשאפט ביינאזאם מיט אנדערע פרומע חסידות'ן צו זיין א חלק פון די אגודת ישראל אפטיילונג פון די יהדות התורה פארטיי. בנוסף, איז ר' אהרן'ס ווייב, סאשע טייטלבוים, מחונך געווארן אין בית יעקב שולע אין בני ברק, וואס פירט זיך טאקע לויט חסידישע מנהגים, אבער לערנט אויך אין עברית (אין ארץ ישראל, זייערע אסאך בית יעקב קלאס'ן לערנט מען בלויז אין עברית). די אלע אויוונדערמאנטע זאכן ברענגט צו א שטארקע חשד אין ר' אהרן פאזיציע איבער ציוניזם אין די אויגן פון א טייל סאטמארע וואס האלטן זיך פרומער. נאך די פטירה פון ר' משה טייטלבוים, א באריכטער פון די זאלונישע צייטונג, דער איד, האט קאמענטירט צו די דשערוזעלעם פאוסט אז "ר' אהרן איז נישט ראוי צו זיין דער קומענדיגער סאטמארע רבי ווייל ער האט געבראכן די סאטמארע תקנה קעגן רעדן עברית אינדערהיים... נאכן הסתלקות פון אונזער רבין וועלן מיר ווייטער פלאטערן די אנטי-ציוניזם פאן. דאס איז איינע פון אונזערע עיקר צילן". אין די גיין אין קארט פון זיינע חסידים און זיך באנוצען מיט אינטערנעט פון זיינע חסידים. און די שרייען אויף אידן און עלטערע רבנים וואס האלטן אנדערשט ווי אים מיט פערזענליכע באליידונגען. זיינע חסידים, פון דער אנדערער זייט, צייגן אן אז זייט ה'תש"מ, ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן צו ממלא מקום זיין ר' יואל טייטלבוים, איז ר' אהרן געווארן דער מערסטער פראמינענסטער קול קעגן ציוניזם, סײַ ביי אינערליכע אסיפות און סײַ ביי דעמאנסטראציעס קעגן דער מדינה אין ניו יארק און וואשינגטאן. זיין באקאנטע אנטי-ציוניזם דרשה אנטהאלט א דרשה וואס ער האט געהאלטן אין בני ברק זומער ה'תשנ"ד, אין וועלכער ער האט ספעציפיש אויסגעברענגט די סאטמארער שיטה קעגן רעדן עברית. זיין טאטע האט אויך זיך געהאלטן ביי דעם אז די קשר מיט ר' אהרן'ס משפחה מיט אגודת ישראל וועט נישט אפשוואכן זיין אנטי-ציוניזם פאזיציע.- ממילא איז ער לויט זיי יא פרום. אבער אפילו די מלחמה מיט ציונות ווייזן זיינע קריטיקירער אן ווי ביליג און פראסט ער האט דאס געמאכט ווייל ווען ר' יואל טייטלבוים האט געפירט די מלחמה האט יעדער פארשטאנען אז דא רעדט א קדוש און מלאך און מען האט אים ליעב געהאט אפילו מען איז געווען אין די מזרחי קרייזן ווער רעדט נאך פון די אגודה קרייזן, אבער ער האט געטוישט די גאנצע שיטה און דאס געמאכט פאר א בעיסבאל טיעם ווען ער האט פערזענליך מבזה געווען דעם ערלויער רבי, דערמיט מאכן פון דעם שיטה הקדושה א שפאס און פרייע קאמף. זיינע קאנטראווערסיאלע קאמפן ער איז פארעכענט דורך זיינע קעגענער אלס א קעמפער און שלעגער וואס פאסט נישט פאר א רב. אבער זיינע חסידים זעהן דוקא אין דעם קוואליטעטן פאר א מנהיג. זיין רבנות אין קרית יואל אין ווינטער תשמ"ה איז ר' אהרן אויפֿגענומען געווארן אלס רב אין קרית יואל אויפֿן דירעקטן באפֿעל פון זיין טאטן, ר' משה. טייל אנאליסטן האלטן אז דער אורזאך פון זיין טאטן אריין צו שטעלן ר' אהרן אין קרית יואל איז געווען צו פֿארשטערקערן זיין מאכט אין דעם שטעטל וואס איז געווען אנגעוואוירן צוליב די וואקסענעדע התנגדות קעגן אים, בעיקר די עלעמענטן וואס זענען געווען אין מאכט אין די צייטן פֿון ר' יואל טייטלבוים, און האבן דאס פֿארלוירן נאכן הסתלקות פֿון ר' יואל. אט די קעגענערס האט מען אנגערופֿן רביצין מענטשן, צוליב דעם וואס זיי האבן זיך ארומגרופירט ארום דער רביצין פון ר' יואל, מרת אלטא פֿייגא טייטלבוים, (טייל האבן אפי' געהאלטן אז די רביצין זעלבסט איז געווען קעגן ר' משה טייטלבוים, דאס איז אבער נישט קלאר). די שונאים פֿון ר' אהרן ארגומענטירן אז באותו זמן וואס ער איז אויפֿגענומען געווארן אלס רב, זענען א גרויסע מערהייט איינוואוינערס פֿון דעם שטעטל געווען קעגן זײַן התמנות. אבער דאס איז א זאך וואס קען נישט קלאר אויפֿגעוויזן ווערן צוליב וואס עס דעמאלטס נישט געווען קיין דירעקטע וואלן. אויך האלטן זיי אז די סאציאלע באנעמונג פֿון ר' אהרן איז זייער אוממענטשליך, שלעכט און גרויסהאלטעריש. די שטיצער פֿון ר' אהרן - וואס זענען אין אלגעמיין אויך געווען די שטארקע לויאלע חסידים פון ר' משה - ארגומענטירן אז די אורזאך פֿון ר' משה צו שטעלן זיין זון אלס רב אין קרית יואל, איז צוליב די כשרונות פון ר' אהרן האלטנעדיג אז ער איז א טאלאנטפֿולער שטייפֿער מנהיג, זייער א פֿרומער, און א גרויסער מתמיד און תלמיד חכם. די אלע מעלות קוואליפֿיצירן אים צו זיין רב אין קרית יואל. דורכאויס די יארן פֿלעגט אלס ר' משה ארויסווייזן זייער א גרויסע שעצונג צו זיין זוהן ר' אהרן. אסאך בלוט האט זיך פארגאסן אויף דעם קאמף און אידיש געלט הייזער און נכסים פארברענט. פון די טאג וואס ר' אהרן איז געווארן רב אין קרית יואל, האט זיך צוביסלעך אנגעהויבן צו בויען אן אפעזיציע אין קרית יואל, קעגן איהם און קעגן זיין טאטע. עס זענען געווען קליינע אינצידענטן ווי די קעגענערס האבן פרובירט צו דערנידערן ר' אהרן, ווי למשל, אין איין פאל האבן מען אין א געוויסן פארטאגס אינטערגעצינדן זיין צימער ווי ער לערנט, ר' אהרן האט דעמאלטס געזאגט אז דאס האט זייער צובראכן זיין מוט, ווייל עס איז פארניכטעט געווארן פילע חידושי תורה וואס ער האט געשריבן פון זיין יוגנט. אדר תשמ"ט האט דער סאטמאר רבי, ר' משה טייטלבוים, געהאלטן א דרשה ברבים ווי ער האט זייער שארפט פארדאמט די קעגענערס פון קרית יואל, דער הויכפונקט פון די דרשה איז געווען אז ער באפעלט פאר אלע זיינע חסידים אז ווען אימער מען זעהט איינע פון קעגנערס אין איינע פון די אנשטאלטן פון די קהלה אין קרית יואל, זאל מען שרייען אויף איהם שייגץ ארויס, מיינענדיג אז מען זאל זיי ארויסווארפן מיט כח. די דרשה ווערט אנגערופן עד היום די שייגץ ארויס דרשה. בערך אין יענע תקופה האבן די קעגנער עמטליך געגרינדעט זייער אייגענע אפעזיציע מוסדות אין קהלה אין קרית יואל, מיטן נאמען בני יואל. איינע פון די פראמינינטע פיגורן פון די אפעזיציע איז יוסף וואלדמאן. זינט דעמאלטס פלעגן רעגלמעסיג פארקומען געוואלדאטן און פיזישע אנגריפן צווישן די קעגענערס און חסידים פון די רבי און ר' אהרן. די דיסיאידענטן און אפאזיציע'נערן האבן זיך געזעהן אלס קליין אומבאהלפן קרייז פון אידן וואס ווערן גערודפט דורך אהרן מיט זיינע חסידים. זעה יוסף וואלדמאן וואס ער איז געווען דער הויפט עסקן קעגן די ארונים טעראר. (זעה הויפט ארטיקל בני יואל.) זיין קאמף קעגן די קנאים ווען בשעתו האט קאשוי רב געשטורעמט פארוואס די פאליטישעןס פון די קרית יואל וויליזש טוען אינדארסירן ליבעראלע גוים קעגן די מער קאנסערוועטיווע קעגנער. האט ער גערעדט אין א דרשה זייער חוצפהדיג אז קאשוי רב האט פארדארבן די איגענט פון שטעטל מיטן ארויפברענגן די אישוס אין די פאסט קעסטלעך פון יראים ושלמים אז מען זאל נישט חלילה נכשל ווערן פון שטימען פאר פאליטישענס וואס פארשפרייטן זימה מיט זייער פרא-געי אגענדע און רציחה מיט זייער פרא-אבארשען אגענדע, אויף אונזער ציוויליזאציע און לאנד. זיין מלחמה מיט די עלטערע רבנים פון פריערדיגן דור


די שערי חמלה פובליק סקול אין קרית יואל בערך אין יאר תשנ"ג איז אנשטאנען אן אנטוויקלונג אין קרית יואל, וואס פארנעמט א פראמינענטער ארט אין די היסטאריע פון ר' אהרן'ס רבנות אין קרית יואל. נעמליך די פרשה פון די "קרית יואל סקול דיסטריקט", אדער "שערי חמלה". די קרית יואל סקול דיסטריקט איז א רעגירונג געשטיצטע שולע אין קרית יואל פאר גייסטישע אדער פיזישע אינוואלידע קינדער וואס סערווירט לויטער פרומע אידן. די אמעריקאנער קאנסטיטוציע פארלאנגט אז די רעגירונג האט נישט קיין רעכט צו שטיצן קיין שום רעליגיע, עס רופט זיך די סעפעראטאציע פון קירכע און שטאַט, דעריבער האט דער געזעץ פארלאנגט אז אין אט די שולע טאר מען נישט לערנען קיין שום רעליגיעזע לימודים און עס טאר נישט אנהאלטן קיין שום רעליגיעזע שילדן אדער סימבאלן. דאס האט אויסגערופן א גרויסע קעגנערשאפט מצד מערערע רבנים פון די סאטמארע טיפ, אז אזא שולע איז קעגן די תורה און די הלכה אין מ'טאר עס נישט ווייטער אנהאלטן, ווייל עס איז קעגן די אמונה פון ג-ט. די פראמינענטע רבנים קעגנערס פון די סקול דיסטריקט זענען געווען ר' רפאל בלום ז"ל קאשוי רב, ר' מרדכי האגער וויזניצער רבי פון מאנסי ניו יארק, און ר' יחזקאל ראטה דער קארלעסבורגער רב און ר' אברהם לייטנער און אזוי ווייטער, וואס זיי זענען נישט שטיל געווען נאר אים צוריק באשמוצט צוזאמן מיט זיין טאטען. ווען די קרית יואל סקול דיסטריקט שטרייט האט זיך געקאכט, האט ר' אהרן געהאלטן פארשידענע רעדעס צו ערקלערן די הלכה'דיגע אויסגעהאלטנקייט פון דעם סקול דיסטריקט. אין די דאזיגע רעדעס האט ר' אהרן פערזענליך אטאקירט די אלע רבנים מיט זייער שארפע אויסדריקן. איינע פון די היסטארישע רעדעס איז געווען ווען ער האט זיך אויסגעדריקט אויף ר' רפאל בלום מיט די ווערטער "עפרא לפומיה" (וואס מיינט: דאס מויל זאל יענעם אנגעפילט ווערן מיט זאמד). דאס איז אן עקסטרעמע שארפע אויסדרוק וואס מען זאגט געווענליך נאר אויף גרויסע זינדיגערס. אויך האט ער אנגערופן זיין פעטער ר' מאטעלע וויזניצער די פעטער די פראפעשענעל בעל מוחאה. די שארפע אטאקעס האבן אים פארפיינטעט אין די אויגן פון די חסידים פון די אטאקירטע רבנים, און אויך פילע סאטמארע חסידים האבן דעמאלטס געהאלטן אז דאס איז א באווייז אז ר' אהרן אין נישט ראוי צו זיין א פירער, ווייל ער רעדט אזוי חוצפה'דיג אויף עלטערע, רעספעקטירטע רבנים. פון דער אנדערער זייט האבן די חסידים פון ר' אהרן און ר' משה געהאלטן אז ר' אהרן נעמט זיך אן פארן כבוד פון זיין טאטע, אין וועמענס כבוד די רבנים גרינגשעצן, וויבאלד זיי קימערן זיך נישט צו אנפרעגן זיין טאטע אדער ר' אהרן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון די סקול דיסטריקט, וואס ר' משה געהאלטן אז עס איז א מצוה און א פליכט צו אנהאלטן און שטיצן, אויף אזוי ווייט אז ער ר' משה האט געזאגט ביי א געוויסע רעדע אז די סקול דיסטריקט וועט זיין א זכות פאר איהם אויף יענע וועלט ווייל ער העלפט אינוואלידע אידישע קינדער. זינט דעמאלטס האט זיך פארמירט אין קרית יואל בפרט, און אין סאטמאר בכלל, צוויי שטארקע קעגן זייטיגע פראקציעס, איינס, די חסידים פון ר' אהרן און די אנדערע די שונאים. ביי ביידע צדדים זענען דא מענטשן וואס האלטן פון ר' אהרן פערזענליך גענצליך פארקערטע עקסטרעמע מיינונגען. צווישן די חסידים זענען דא א סך וואס האלטן אז ער איז א גרויסער צדיק, א הייליגער איד - גרעסער ווי זיין טאטן און ענליך צו זיין עלטער פעטער, ר' יואל טייטלבוים. ווידער פון זיינע מתנגדים זענען דא וואס האלטן אז ער איז א גרויסער זינדיגער אזוי ווי שבתי צבי און איז א געפאר פאר אידישקייט ווייל ער פירט אראפ אידן פון דעם פרומען וועג. די וויינבערגער פרשה דאס האט זיך ארגינעל אנגעהויבן פון עפעס א פריוואטער אנגעלעגנהייט אין א משפחה וואס איז דאן דורך שווערע צייטן און דער סיטואציע האט זיך דערקייקלט אז מען האט באשולדיגט דעם פאטער מיט רשעות, און אים אזוי ארום געוואלט אנלייגן א קרימינאלע רעקארד, אז ער זאל מוזן זיך גטן און נישט קענען זעהן זיינע אייגענע קינדער. נישט קיין אנדערע ווי ר' אהרן'ס רעביצין מרת סאשע טייטלבוים אלייןס מיט די הילף פון די שטאטישע מוסדות דורך א סקול פרניסיפל מרת זילבערשטיין, האבן ל"ע פרובירט אנציוועבן און שפינען א גאנצער פארדרייעטער נידעריגער בלבול אויף דעם חרדישען חסידישען אינגערמאן, מיטן תירוץ אז זיי האלטן אז דער מאן מוז זיך גטן פון זיין ווייב לויט זייער מיינונג, וועלענדיג העלפן אן אידיש פרוי מיטן חשבון אז אויב וועט דערפון ארויסקומען א חילול ה' זענען שולדיג בלויז דיע וואס וועלן דאס פארציילן נישט זיי וואס וועלן דאס טאן. די חרדישע וועלט האט זיך ערשט אויפגערודערט און דערוויסט דערפון ווען די 2 פרויען האבן גאר פערזעהנליך עדות געזאגט אין קארט אז די טאטע, וואס איז גראדע געווען א גרויסער חסיד פון ר' אהרן און נישט פארפעילט קיין איין טיש, זאל חלילה האבן סעקסואל באלעסטיגט און גערעיפט זיינע אייגענע טעכטער, פארשטייט זיך אז דער איד האט עס געלייקענט און מיט די הילף פונעם וועלט בארימטן טוען ר' שמואל פריעד און נאך עסקנים, וואס די ארונים טענה'ען אז זייערע מאטיווען זענען געווען צו באגראבן ר' אהרן, האבן זיך דאן אריינגעלייגט צו העלפן די משפחה און זיך געשלאגן מיט ר' אהרן'ען און זיינע מוסדות, אדאנק דעם איז ער שפעטער גענצליך ריינגעוואשן געווארן אין געריכט און מען האט אויפגעוויזן, אז סאשע ר' אהרן'ס רעביצען נישט נאר וואס זי האט אנגעמאכט דעם גאנצן בלבול אויף דעם איד, נאר זי האט פערזענליך פרובירט רח"ל העצן די קליינע אומוויסענדע חרדישע תמימותדיגע מיידלעך, וואס האבן ניטאמאל געוויסט וואס עס רעדט זיך, אז זיי זאלן בלויז נאכזאגן פאר פאליציי און פאר א זשורי לעיני כל העולם, ווערטער וואס זיי פארשטיין נישט, (וואס איינע פון די זענען גאר א דאון סינדראם קינד וואס האט נישט קיין אייגן דעת) קעגן זייער אייגן טאטען, און אזוי ארום אויך נעמען א טייל אינעם אומדערהערטן מנובלישען אקט פון מאכן אזא היסטארישען בלבול, א דאנק דעם אויפדעקונג האט דער גויאישער זשאזש ארויסגעווארפן דעם קעיס און גאר גערעדט קעגן די אידישע אמונה אז א חשובער רב בישראל זאלן אויסן צו טאן אזא זאך דערמיט מאכענדיג א היסטארישער חילול ה'. אין יענע צייט האבן רוב רבנים זיך אריינגעמישט און שטארק געברויזט קעגן ר' אהרן, טענה'דיג צו אים אז אפי' לו יצויר ער איז נישט געווען דירעקט דער וואס האט עס ארגינעל געברענגט דערצו וואלט ער עס ווען געקענט אפשטעלן אין איין רגע, אבער זיינע חסידים האבן גענטפערט אז די משפחה האט געבטען ר' אהרן זיך אריינמישן, און אלס באווייז האבן זיי געוויזן אז זיין גבאי ר' חיים שלמה פישער איז דאך זיין נאנטסעטער מענטש און איידעם פונעם באטרעפנדען קרבן.


סאטמארע רבי ביי נרות חנוכה פון אונטן שטייט דער גבאי ר' חיים שלמה פישער אבער היינט צוטאגס איז די גאנצע משפחה קעגן ר' אהרן אחוץ די גבאי פישער, וואס ער באקומט באצאלט וועכענטליך פון די ארונים. ווייל אפילו אז זיין רעביצען מיט זיינע מנהלים פון זיינע מוסדות האבן דאס אנגעדרייט, אויף א רצון פון א פאמיליע מעמבער, און ר' אהרן האט אפשר פערזענליך גארנישט געוויסט דערפון אין אנפאנג פרשה, און שפעטער האט ער שוין נישט געטארט אריינרעדן ווייל עס איז געווען א פעדעראלער קעיס, און ממילא האט ער נישט געוואלט וויסן גארנישט דערוועגן. ממילא קען מען אים אפשר לויט אים נישט אנלייגן אלע פראבלעמן פון זיין ווייב און מוסדות און נאך איינגעשטעלטע מיט זיינע נאנטע שטוב מענשטן, האט ער דאך זיי געקענט הייסן אויפהערן. די גאנצע משפחה וואס זענען אויך געווען די גרעסטע חסידים פון ר' אהרן ביז די פרשה, די חרדישע וועלט אין אירע אלע רבנים זענען זייער פארווייטאגט ווייל זיי זאגן אז זיי האבן אים געבעטן און געוויינט משך פון איבער 4 יאר חי וקיים ער זאל זיך אפלאזן פונעם קעיס און מען וועט דאס שיינערהייט און באהאלטערהייט אפווישן. אבער דאס איז שוין אריין אין א כבוד פאר די פארטיי אז מען מוז אויפווייזן אז זיין רעביצען סאשע איז יא געווען גערעכט פון אנפאנג און מען טאר איר נישט פארשעמען כאטשיג די עקשנות פון סאשע טראגט דאך די דירעקטע קאנסקווענסן חלילה אז זיי זאלן נישט קענען קיין שידוכים טאן לדורות אויב נעמט מען דאס ח"ו אן פאר אמת רח"ל. די ענדע איז ברוך ה' דער אנגעקלאגטער ריינגעוואשן געווארן און די ריכטער מיט א זשורי האבן געמאכט ללעג ולקלס פון די סתירות און רשעות וואס די אנקלעגער האט דא געוואלט טאן און די חזקת כשרות פון אידן זענען צוריקגעשטעלט געווארן על מכונם צום פרידן פון יעדן. פילע קעגנער פון ר' אהרן האלטן אבער אז די פלעק פון דעם היסטארישען סקאנדאל איז געבליבן פארשמוצט אויף ר' אהרן'ס קאנטע לדוראן עולם, סיי צוליב וואס אנדערע אידן וועלן דאס נאכטאן צו ארויפלייגן א בלבול אויף א מאן אויב וויל מען א גט און סיי צוליב די צער פון אזוי מיאוס פארשמוצען א משפחה בישראל לעיני כל העולם. די אדמור"ת מלחמה קעגן זיין ברודער (זעה הויפט ארטיקל סאטמאר מחלוקת)


ר' אהרן אלס סאטמארע רבי ביי נעילת החג טיש, מוצאי שמחת תורה תשס"ז אין וויליאמסבורג. ניסן תשנ"ט האט אויסגעפלאצט א באמבע מחלוקה אין סאטמאר וואס ווערט פארעכנט אלס די געמיינסטע און גרעסטע חסידישע מחלוקה און מאדערן היסטאריע. דאס האט פאסירט ווען דער ברך משה'ס געזונט צושטאנד האט אנגעהויבן צו נאכלאזן, סיי פיזיש און סיי גייסטיש, אטאמאטיש האט ר' אהרן אומאפציעל אנגעהויבן צוביסלעך צו איבערנעמען די לייצעס פון סאטמאר, אלע שונאים פון ר' אהרן האבן שוין שלום געמאכט מיטן מצב אז ר' אהרן גייט זיין דער אויסשליסלכער פירער פון סאטמאר. אבער ויהי היום איין שיינעם חול המועד האט מען זיך דערוויסט אז דער ברך משה וויל אנדערשט, ווארשיינליך איז אריבערגעשפרינגען א שווארצע קאץ צווישן ר' אהרן און דער רבי'ס הויפט גבאי משה פריעדמאן, און אלעס האט זיך דראמאטיש געטוישט, דער גבאי האט אפגעמאכט אז ער גייט נישט דערלאזן אז ר' אהרן זאל מאנאפעלירן סאטמאר, ער וועט דאס שטערן אויף אלע קאסטן, ער האט אנגעדרייט/איבערצייגט (געוואנדן וועלכער צד) דעם רבי'ן אז מ'דארף אויפנעמען דען אינגערן זוהן ר' זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג, און וכך הוה, ר' זלמן לייב האט איבערגענומען וויליאמסבורג, אלע בתי מדרשים, מוסדות, קעמפס, מקוה, מצה בעקעריי, אלעס איז ארויסגעפאלן פון ר' אהרן'ס קאנטראל. די בני יואל מיט אלע שונאים למיניהם האבן דאס באטראכט ווי א נס מן השמים, און זענען געשפרינגן אויף די גאסן פאר שמחה, ממש ווי משיח איז דא. ווידער ר' אהרן מיט אלע וואס האבן אלס געבלוטיגט פארן שלימות און שטאלץ פון סאטמאר וואס זענען בעיקר אויך געווען דעם ברך משה חסידים, זענען אויפגעשוידערט געווארן, ממש אבל וחפוי ראש. זיין ערשטע טריט איז געווען מלחמה ער האט צאמגענומען א גרופע פון זיינע ארונים און ערקלערט פלניא גזלנא כאילו זיין ברודער זלמן האט אים באגאנוועט. דערנאך האט ער אנגעהויבן צו העצן זיינע תמימותדיגע חסידים אז זיין טאטע איז קראנק און וועפט און כסדר זיך געמאכט וויינען אז מען זאל זאגן תהלים נאך אים. ווידער רבי זלמן לייב האט נישט געלאזט זאגן תהלים אפי' דעם לעצטן טאג ווען דער ברך משה האט שוין גע'גוסס'ט ווייל עס האט געלייגט זיין רבנות אין א פראגע צייכן. אלע פרואווען מצד די אהרונים צו צוריקנעמען קאנטראל פון וויליאמסבורג איז געווען אומפרוכטבאר, קודם ביי דין תורה האבן די זאליס נאר געוואלט גיין צו זייערע דיינים וואס זענען זאלוניש געשטימט, נאכדעם אין קאורט האט מען זיי באוואשן ווי א סוטה אז זיי זענען שקצים פארן גיין און ערכאות, און זיי האבן אלעמאל פארלוירן. עס האט אויסגעקוקט ווי ר' אהרן איז קאפוט, למעשה האבן צוויי הויפט זאכן איהם אפגעראטעוועט פון קאמפלעט אונטערגאנג, איינס, אז זיינע חסידים האבן זיך אריענטירט און פארזיכערט צו אנהאלטן און פארשטערקערן די מאכט און די אנדערע גרויסע צענטערן פון סאטמאר בעיקר און קרית יואל און בארא פארק, צווייטנס איז די גרויסע צאל פערזענליכע חסידים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט איהם, אפילו ר' זלמן לייב פירט אלעס און אין וויליאמסבורג זענען זיינע חסידים בלויז בני יואל טיפ מענטשן וואס שטיצן איהם בלויז צו שטעכן ר' אהרן. זייט די אהרונים האבן געהאט זייער לעצטער טויט קלאפ אין קארט תמוז תשס"ו האבן זיי אנגעהויבן מיט א שנעלען אומפעט צו עפענען אייגענע מוסדות און בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, זיי האבן געעפנט אויפאיינמאל חדר און סקול'ס פאר אלע יארגאנגען, איינגעשאפט בנינים רעכטס אויף לינקס, געבויט א גרויסן שוהל אין צוויי וואכן. די גיורת פרשה


והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם. דאס איז דער היסטארישער בילד, ווי ער שטופט זיך צו זיין טאטען שמייכלן און ווייזן פאר די וועלט אז זיי טאטע האט אים יא ליעב נאכדעם וואס זיין טאטע האט נישט ערשיינט קיין שמחות מער פון זיינע אייניקלעך די קינדער פון אהרן. א אינגערמאן איז ל"ע אפגעפארן און ארויס לתרבות רעות ער איז פערצופעל געווען איינער פון זיינע תלמידים פון א צובראכענע משפחה וואס איז נאכאלסט דבוק אין אים, דאס איז געווען שוידערליך סיי ווייל די ביליגקייט פון צושמירן אזא מעשה פארן פאלק און סיי פארן בשמוצען די משפחה פון נאבעלע דורכגעליטענע מענטשען. עס הייבט זיך אן מיט א פארדארבן חינוך וואס זיינס א תלמיד האט איבערגעלאזט אייגן ווייב און 5 קינדער און זיך פארליבט אין א גוי'טע יארן האט די משפחה פרוביט צוריקצוברענגן דעם אינגערמאן צו אידישקייט. ביז איינמאל האט זיי דער ר' אהרן געהייסן מגייר זיין די ווייב פונעם אינגערמאן מיטן דירעקטן בדיעבדיגן כוונה אז וויבאלד דער אינגערמאן וועט שוין נישט צוריקגיין צו זיין ערשטער ווייב, און זיין צווייטער ווייב וויל האלטן אידישקייט, וועט דער אינגערמאן אפשר אויך האלטן אידישקייט דורך די נאנטשאפט וואס ער האט געהאט מיט זיין מאמען און שיקסע וואס ער פלעגט קומן מיט איר כסדר אויף שבתים און ימים טובים אויף קרית יואל, צוציזעהן די הנהגה פון אידן מיט חסידים וויזוי צו פירן זיך אידישלעך אויפן סאטמארן שטייגער, און דערמיט ארויסגעוויזן און געזאגט אפען אז ער וויל תשובה טאן. ר' אהרן האט זיך אבער אויסגענומען אז דאס זאל זיין שטיל און קיינער זאל זיך נישט דערוויסן כדי נישט נאכטאן. ווען ר' אהרן איז געוואור געווארן אז דער רב וואס האט מגייר געווען די ווייבל איז גאר איינער פון זיינע ארכי-קעגנער הרב ר' יצחק מאנדל שליט"א און אויך אז מען האט געטובלט די פרוי אין די מקוה פון בני יואל און צוגאב האט די משפחה פון די ערשטע ווייב געוואלט זייער שטארק אז דער אינגערמאן זאל נישט קענען חתונה האבן און זיי זענען פראמיניטע עסקנים פון קרית יואל, האט ער באשלאסן צו שלאגן פאליטישע קאפיטאל און מאכן א שטונק דערקעגן און אויסגעדרייט זיין דאטשיג מיט א בלעכענעם פנים ערקלערט אז די מאמע, א צובראכענע אלמנה און רעספעקטירטער חשובע פרוי, וואס האט דאס געהערט די עצה פון אים זאגט גאר ליגענט. ער האט ליידער מיט זיין גאווה און שחצנות אליין מפרסם געווען די מעשה וואס קיינער האט נישט געוויסט דערמיט זאגענדיג אז די פראבלעם מיטן גיור איז אז אנדערע וועלן דאס נאכטאן, און אזוי ארום באשמוצט די משפחה אויף די גאנצע וועלט, עס האבן זיך צו אים דאן צוגעשטעלט 2 ליטווישע רבנים, ר' שמחה בונם קאהן פון לעיקוואד און נאך איינער פון בארא פארק. וואס האבן געזאגט אז אין זייערע קרייזן איז דאס יא שכיח אז אידן פארליבן זיך אין גויט'עס דעריבער מוז מען דאס באקעמפן כאטשיג אין סאטמאר קרייז איז דאס דערווייל נישט שכיח ממילא וואלט דאס איינצעלער אויסנאם אויב עס איז ווען שטיל נישט געווען א פראבלעם. ר' יחזקאל ראטה וואס איז א פוסק פאר מאדערענע קרייזן אויך האט זיך דאן יא צוגעשטעלט צום דעם מערכה פון ר' אהרן על אף די קאנסקווענסן וואס דאס האט ל"ע געהאט אויף דעם פרומען קרייז. דער סקאנדאל האט ער געאמאכט מיט גרויס פאמפע און א אסיפה אין וויליאמסבורג כאטשיג וואס די משפחה און ער זעלבסט האבן נישט געוואונט אין וויליאסבורג, אבער כדי צו דאס פארשפרייטן ווי מער האט מען געהאט בילדער און לאנגע באריכטן דערוועגן אין זיין צייטונג דער בלאט. דער בלאט און זיינע ארונים בראש פון אים מיט עטליכע דרשות איז דעמאלטס געווען בעיקר פארנומען צו פארשפרייטן דעם ליגענט קעגן דעם ווייבל צו בשמוצען און פייניגן א גיורת אז זי האט זיך נישט מגייר געווען כדת משה וישראל, זי האט אבער אפגענטפערט מיט עטליכע בריווען צו רבנים וואס בשעתו נתפרסם געווארן אויפן אינטערנעט צו זאגן אז די פאלטשע קלאנגן פון די ארונים זענען ריינע בייזוויליגע פארטייאישע רדיפות קעגן איר, און זי האלט יא איין אלע מצוות און מנהגים פון חרדישע אידן און זי האט זיך נישט מגייר געווען צוליב די ליבע פון איין מענטש איר מאן, נאר די מאן האט אין איר אריינגעלייגט א ליבע צו גאט זיין תורה און זיין פאלק, דעריבער וויל זי זיין א טייל פון דעם פאלק אידן. אבער וויבאלד דער איד האט נישט געוואלט געבן נאך פירסום פארן סיפור האבן זיי נישט אפגעדרוקט אירע ווערטער, אבער די רבנים האבן דאס יא געזעהן און שטארק ארויס קעגן דעם אהרן. אריזאונע ווייץ קאמף ער האט געפירט א מלחמה קעגן די סאטמאר אנגענומענער מנהג און געזאגט אז מען האט אריינגעווארן א פלאק אין די מצות וואס האט זיך געהערט כאילו לויט אים האבן זיין טאטע און פעטער געגעסן חמץ, דערמיט וועלענדיג ווייזן אז ער איז פרומער ווי זיי. זיין תורה ער האט זיך יארן לאנג מקדש געווען על התורה ועל העבודה פון קינדווייז אן וואס ער האט געהאט גרויסע תלמידי חכחים וואס האבן מיט אים געלערענט פריוואט שטענדיג אים צו הייבן ער זאל קענען ווערן א מנהיג.


ספר חידושי תורה וואס אנטהאלט אלע חידושים וואס ר' אהרן טייטלבוים האט ערפינדן דורכאויס שבועות תשס"ו ער האט געדינט אלס ראש הכולל ראש ישיבה דיין און רב פאר ער איז געווארן א רבי. ער איז פארעכנט ביי אסאך פון זיינע ארוינים אלס א וואונדערליכער בעל מחדש און מגיד. ער האלט רעגלמעסיג דרשות און שיעורים וואס ענהאלט פילפולים, רמזים, דברי חסידות אין ענליכס. ר' אהרן טייטלבוים האט שוין אפגעשריבן מערערע ספרי חידושי תורה אויף תורה און ש"ס. איבער 15 בענדער פון זיינע חידושים זענען שוין געדריקט געווארן. זיינע חסידים קוקן עס אלס א פאזיטיווער כשרון, פארגלײַכענדיג איהם צו זיין עלטער-פעטער ר' יואל טייטלבוים, אבער זיינע קריטיקירער זעהן אין דעם בלויז א מיטל פאר גרויסהאלטערישקייט פון זאגן דברי תורה נישט צוליב מוסר נאר צו ווייזן אז ער איז א תלמיד חכם. זיין משפחה


ביים בענטשן פון איין זייט זיין אייניקל און ר' מענדל'ס איידעם רב גאנץ און פון די אנדערע זייט ר' מענדעלע ברודער • ר' זלמן לייב טייטלבוים צוקריגט מיט אים. • ר' ליפא טייטלבוים, צוקריגט מיט אים. • ר' שלום אליעזר טייטלבוים, זיין חסיד. שוועסטער • אשת ר' בעריש מייזליש רב אין סאטמאר בארא פארק. זי לעבט שוין נישט זייט תשנ"ג, ער מיט זיינע אלע קינדער חסידים. • אשת ר' דוד דוב מייליש רב אין סאטמאר מאנטריאל. אמאל געווען זיין חסיד, היינט אומקלאר. זיינע אלע קינדער חסידים. • אשת ר' חיים יהושע האלבערשטאם נישט דוקא "צוקריגט" ווייל ער קומט צו אלע זיינע שמחות און רעדט מיט איהם, אנדערש ווי ר' זלמן לייב און ליפא, אבער ער שטייט מער צו ר' זלמן לייב. קינדער • זוהן: ר' מנחם מענדל טייטלבוים סאטמארע (ארונים) רב אין וויליאמסבורג. • איידעם: ר' העניך אשכנזי, א מו"ץ און רב און די עצי תמרים געגנט אין קרית יואל. • איידעם: ר' ברוך טייטלבוים א מוהל אין א בעל מכשיר פאר זיין טאטע דער וואלאווער רב. • איידעם: ר' שמעון זאב מייזליש, א מגיד שיעור און א מו"ץ • זוהן: ר' חיים צבי טייטלבוים, רב אין סיגעיטער שול אין וויליאמסבורג • איידעם: ר' דוד דוב דושינסקי, זוהן פון הרב דושינסקי און ירושלים. • זוהן: ר' יואל טייטלבוים, איידעם ביי רב אייכענשטיין פון מאנסי. • איידעם: ר' יוסף רוקח - פאפא און קאזלאווע אייניקל וואוינט אין קרית יואל. זיינע חסידים


סאטמארע חסידים באגלייטן ר' אהרן מוצאי שמחת תורה תשס"ז אין וויליאמסבורג. זיי ווערן אנגערופן מיט א שפעט נאמען ארונים בעיקר דורך די זאליס, ווייל טראץ די אלע קעגנערשאפט וואס האט זיך אנגעזאמעלט דורך די יארן און די ציטיילונג אין סאטמאר איז נאך אלס ר' אהרן היינט פארעכענט ביי זיי אלס איינע פון די גרעסטע חסידישע רביים און אמעריקע, און מעגליך אויף די וועלט, זיי ציילן זיך און די צענדליגע טויזענטער איבער די גארער וועלט. די טיפישע חסידים פון ר' אהרן זענען אין אלגעמיין די לויאלע חסידים פון זיין טאטע, וואס האבן זיך אלס געהאלטן געטריי צו זיין טאטע און איהם דורכאויס די אלע מחלוקת קעגן בני יואל און זייערע שטיצער. זיי האלטן אז טראץ זיינע אלע חסרונות און היסטארישע קריטיק וואס קיין איין מנהיג האט נאך נישט געהאט אזאלעכע עבירות אויף זיין רעקארד, איז ער פון דעסטוועגן דער פאסיגסטער ממלא מקום פון ר' יואל טייטלבוים און פאר א גרויסע צדיק ווי זיי אייסערן זיך און זיינע תורות אין אויפירונג און קוויטלען זיך. ר' זלמן לייב'ס חסידים וואס ווערן אויך צוריק אנגערופן מיטן שפעט נאמען זאליס דורך די ארונים ארגומענטירן אז זיי זענען א גרעסערע חסידות, ווייל זיי האבן מער מענטשן וואס שטרעבן פאר ר' זלמן לייב'ס הצלחה, אינערהאלב סאטמאר וואס לויט זיי אינעם סאטמארן זין קען מען דאס אויסטייטש אלס חסידים, טראץ דער טיפישער זאלי איז נישט קיין חסיד פון ר' זלמן לייב זעלבסט, ער איז בלויז א סימפאטיקער, ווייל ער נעמט א שטעלונג אין די מחלוקה, אבער ער האלט נישט ר' זלמן לייב פאר א צדיק, קוויטעלט זיך נישט ביי איהם, גייט נישט צו זיינע רוחניות'דיגע פארברענגען, אויף אזוי ווייט אז א גרויס חלק פון די זאליס טיען גרינגשעצן מיט שפאס אויף ר' זלמן לייב, אבער צוליב די פיינטשאפט קעגן ר' אהרן שטיצן זיי איהם, און פרובירן איהם צו הייבן.

Ad blocker interference detected!


Wikia is a free-to-use site that makes money from advertising. We have a modified experience for viewers using ad blockers

Wikia is not accessible if you’ve made further modifications. Remove the custom ad blocker rule(s) and the page will load as expected.

ברחבי אתר Wikia

ויקי אקראית